קינדער־פֿאַנטאַזיעס אין געטאָ

A Child’s Fantasies in the Ghetto

אַלכּסנדר געלמאַן
אַלכּסנדר געלמאַן

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published October 31, 2013, issue of November 22, 2013.

דער מחבר אַלכּסנדר געלמאַן האָט זיך קונה־שם געװען אין דער סאָװעטישער ליטעראַטור מיט זײַנע פּיעסעס אױף אַקטועלע טעמעס, װי למשל, „די זיצונג פֿונעם פּאַרטײ־קאָמיטעט‟ (1975). דער דאָזיקער ספּעקטאַקל איז געגאַנגען מיט גרױס דערפֿאָלג אין די אַלע צענטראַלע מאָסקװער און לענינגראַדער טעאַטערס. דער פֿילם איז באַלױנט געװאָרן דורך דער העכסטער מלוכישער פּרעמיע. געלמאַנס פּיעסעס זײַנען אין פֿולן הסכּם מיט די פֿאָרמעלע כּללים פֿונעם סאָציאַליסטישן רעאַליזם, אָבער זײ פֿאַרמאָגן אױך אַ מעסיקע קריטיק פֿון דער סאָװעטישער סיסטעם. זײ אַנטפּלעקן די מעכאַניק פֿון דעמאַגאָגיע און שװינדל, װאָס זײַנען געװאָרן פֿאַרשפּרײט אין דער סאָװעטישער פּאַרטײ־ביוראָקראַטיע פֿון ברעזשנעװס תּקופֿה.

אָבער קײן דיסידענט איז געלמאַן ניט געװען, כאָטש אײניקע װערק זײַנע האָט די פּאַרטײ־צענזור טאַקע יאָ געפֿונען צו דרײסט. ער האָט געהערט צו דעם פּריװילעגירטן שיכט סאָװעטישער אינטעליגענץ, װאָס האָט געגלייבט, אַז אַלע פֿאַרבעסערונגען און רעפֿאָרמעס אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד קאָנען און מוזן קומען נאָר פֿון די הױכע פֿענצטער. אַזױ אַרום זײַנען זײַנע פּיעסעס און פֿילמען אינטערעסאַנט הײַנט, דער עיקר, װי היסטאָרישע עדות פֿון זײער צײַט.

אַ סך װיכטיקער פֿון אַ טוץ סאָװעטישע פּיעסעס און פֿילם–סצענאַרן זײַנען זײַנע זכרונות, װאָס געהערט צו די סאַמע טיפֿזיניקע און רירעװדיקע טעקסטן װעגן דעם חורבן. שוניע געלמאַן — אַזוי האָבן אים גערופֿן די עלטערן — איז געװען אַלט אַכט יאָר, װען די רומענישע סאָלדאַטן זײַנען אַרײַן אין זײַן שטעטל דאָנדוזשאַן אין צפֿון–בעסאַראַביע. פֿון דאָרטן האָט מען געטריבן אַלע ייִדן קײן בערשאַד, אין טראַנסניסטריע — אַ באַזונדערע אַדמיניסטראַטיווע טעריטאָריע צווישן די טײַכן דניעסטער און בוג. פֿון דער גאַנצער משפּחה — פֿערצן נפֿשות — זײַנען געבליבן לעבעדיק בלױז צװײ, שוניע און זײַן טאַטע.

געלמאַנס קורצע זכרונות װעגן זײַן צײַט אין דער געטאָ האָבן ניט קײן סך פּרטים. ניט דאָס איז אים װיכטיק: „איך װײס ניט, װיפֿל טעג אָדער װאָכן האָט געדױערט אונדזער װעג. נאָך דער מלחמה האָב איך ניט געמאַכט קיין פּרוּװן צו דערװיסן זיך מער װעגן יענער ׳רײַזע׳; כ‘האָב ניט פֿאַרפּינקטלעכט דעם מאַרשרוט אָדער אַנדערע פּרטים. איך האָב אַפֿילו קיין מאָל ניט וועגן דעם ניט געפֿרעגט מײַן פֿאָטער, כּל־זמן ער האָט געלעבט. איך װיל ניט װיסן פֿון יענער צײַט מער װי איך װײס. פֿאַר מיר זײַנען גענוג יענע פּרטים, װאָס האָבן זיך פֿאַרקריצט אין מײַן זכּרון.‟

זײַן זכּרון האָט אָפּגעהיט דאָס סאַמע װיכטיקסטע: דעם װילדן פּסיכאָלאָגישן צושטאַנד פֿון אַן אַכט־יעריק ייִנגעלע, װאָס האָט זיך פּלוצעם געפֿונען אינעם גיהנום פֿון דער געטאָ. יעדן טאָג זײַנען אַרום אים געשטאָרבן מענטשן, צװישן זײ — זײַן מאַמע און זײַן ברודער, אָבער דאָס האָט אים ניט גערירט. ער שרײַבט: „מיט מיר איז אַלץ געװעּן גוט. אַלע מײַנע יאָרן אין געטאָ האָב איך געהאַלטן אין אײן שפּילן זיך אין מלחמה. די גאַנצע צײַט האָב איך געלעבט אין מײַן פֿאַנטאַזיע און ניט אין יענער שרעקלעכער װירקלעכקײט. מײַן קאָפּ האָט שטענדיק פּראָדוצירט פֿאַנטאַסטישע געשעענישן און סיטואַציעס. איך האָב זיך באַטײליקט אין גרױסע שלאַכטן, בין געװען אַ חשובֿער גענעראַל. און די שױדערלעכע װירקלעכקײט האָט ניט געקאָנט פֿאַרלעשן מײַן ברױזנדיקן כּוח־הדמיון. איך װײס ניט עד־היום, אױב דאָס איז געװען גוט צי שלעכט.‟

װי אַ קינד אין דער געטאָ האָט געלמאַן געלעבט אינעם שטענדיקן צושטאַנד פֿון אויפֿרעגונג: „איך בין משוגע געװאָרן אינעם עלטער פֿון אַכט יאָר‟. ער פֿלעגט פֿאַרברענגען די גאַנצע צײַט בײַם שאָסײ, װוּ עס האָט זיך באַװעגט די דײַטשישע און רומענישע מיליטער, און ער האָט „קאָמאַנדעװעט‟ מיט די דאָזיקע חיילות. ער דערמאָנט זיך װײַטער: „איך האָב װײניק געװוּסט פֿון דער אמתדיקער מלחמה, און איך האָב גאָר ניט געװאָלט װיסן — מיך האָט אינטערעסירט בלױז מײַן אײגענע, אױסגעטראַכטע מלחמה.‟ אין געטאָ האָט ער תּיכּף פֿאַרגעסן אין אַלץ, װאָס איז מיט אים געשען פֿריִער. זײַן לעבן פֿאַר דער מלחמה איז אױסגעמעקט געװאָרן פֿון זײַן באַװוּסטזײַן. ער האָט זיך געשפּילט אין מלחמה שטילערהײט, ניט זאָגנדיק קײנעם ניט װעגן זײַן „משוגעת‟.

מיט זעכציק יאָר שפּעטער טראַכט ער װעגן יענער צײַט אַזוי: „הײַנט האָב איך געמישטע געפֿילן, װען איך דערמאָן מײַן שפּילן זיך אין בערשאַד. אָבער איך פֿאַרשטײ, אַז דװקא דאָס האָט מיך געראַטעװעט. און אױב איך בין הײַנט אַ מער-װײניקער נאָרמאַלער מענטש, לכל־הפּחות ניט אין גאַנצן משוגע, איז דאָס נאָר אַ דאַנק דעם, װאָס איך האָב דעמאָלט אין געטאָ געהאַלטן אין אײן שפּילן זיך די גאַנצע צײַט, װי אַ מטורף, אַלע דרײַ יאָר אָן איבעררײַס‟.

װען געלמאַן איז באַפֿרײַט געװאָרן דורך דער רױטער אַרמײ אינעם עלטער פֿון עלף יאָר, האָט ער ניט געקאָנט לײענען און שרײַבן. ער האָט זיך אומגעקערט מיט זײַן פֿאָטער צוריק אין זײַן בעסאַראַבער שטעטל, אָבער אין גיכן אַװעק קײן טשערנאָװיץ, און װײַטער קײן לעמבערג, װוּ ער איז אַרײַן אין אַ מיליטערישער שול. ער האָט אָפּגעדינט אין דער סאָװעטישער אַרמײ אַכט יאָר און דערנאָך געאַרבעט אין אַ פֿאַבריק לעבן לענינגראַד. די דאָזיקע דערפֿאַרונג, אין אײנעם מיטן שטאַרקן כּוח־הדמיון, האָט אים דערמעגלעכט צו שרײַבן פּיעסעס װעגן דער סאָװעטישער אינדוסטריע.

זיי זײַנען געװען לעבעדיק, אינטערעסאַנט, אָבער ניט צו קריטיש לגבי דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ. בעת גאָרבאַטשאָװס פּערעסטרױקע, האָט ער אָפּגעלײגט די דראַמאַטורגיע אין אַ זײַט און איז געװאָרן אַ פּובליציסט. ניט לאַנג צוריק האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן לידער. אָבער דאָס בעסטע, װאָס אַלכּסנדר געלמאַן האָט עד־היום אָנגעשריבן, איז זײַן קורצער עסײ „קינדהײט און טױט‟, װעגן די דרײַ יאָר, װאָס ער האָט דורכגעמאַכט אינעם בערשאַדער געטאָ, שפּילנדיק זיך אין מלחמה.