ידיעות פֿון פּאַריז

News From Paris


פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published January 03, 2014, issue of January 31, 2014.

אינעם ייִדישן מוזיי אין פּאַריז קען מען ביזן 9טן פֿעברואַר נאָך זען “די מענטשלעכע מענאַזשעריע”, אַן אויסשטעלונג פֿונעם קינסטלער מאַריאַן. צו זײַן צײַט, דער עיקר, אין די 1950ער און 1960ער יאָרן פֿון 20סטן י”ה, איז מאַריאַן געווען אַ באַקאַנטער קינסטלער, וואָס אַ סך קריטיקער האָבן געלויבט און צאָלרײַכע גאַלעריעס האָבן אַרויסגעשטעלט זײַנע בילדער. די איצטיקע אויסשטעלונג איז די ערשטע גרויסע, וואָס איז געווידמעט דעם קינסטלער אין אייראָפּע, איז עס אַ זעלטענע געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט זײַן ווערק אָדער עס צו אַנטדעקן פֿון ס’נײַ.

מאַריאַן איז געבוירן געוואָרן ווי פּנחס בורשטיין אין 1927 אין סאַנדז, פּוילן. ווען די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן, האָט די משפּחה געפּרוּווט אַנטלויפֿן, נאָר מע האָט זיי אַלע געכאַפּט און פֿאַרשיקט אין פֿאַרשיידענע לאַגערן. ער איז דער איינציקער וואָס איז לעבן געבליבן. אין לאַגער איז ער מער ווי איין מאָל שיִער נישט געשטאָרבן. איין מאָל איז ער געווען אין אַ גרופּע פֿון 22 מענטשן, וואָס די דײַטשן האָבן דערשאָסן אין געטאָ; ער האָט באַקומען איין קויל אין פּנים און אַ צווייטע — אין האַלדז, און האָט אויך דאָס מאָל איבערגעלעבט.

בײַם סוף פֿון דער מלחמה פֿאַרלירט ער דעם רעכטן פֿוס און ווערט געשיקט אין אַ DP־לאַגער אין דײַטשלאַנד, דאָרטן איבערצײַגט אים אַן אַגענט פֿון דער סוכנות צו פֿאָרן קיין ישׂראל. ער פֿאָרט אַהין אין 1947 און שטודירט אין דער קונסט־שול “בצלאל” אין ירושלים. ער באַקענט זיך מיט אַ גרופּע לעבן־געבליבענע קינסטלער ווי ער, צווישן זיי אויך דער יונגער מאַריאַן מאַרינעל, געבוירן מאיר לײַבנער, וואָס האָט זיך שפּעטער גענומען דאָס לעבן. פּינחס בורשטיין האָט זיך גענומען דעם נאָמען אין אָנדענק פֿון זײַן חבֿר, מאַריאַן.

אין 1950 אימיגרירט ער קיין פּאַריז. ער גייט ווײַטער אָן מיט זײַנע קונסט־שטודיעס, און הייבט זיך אָן אַרויסשטעלן אין פֿאַרשיידענע גאַלעריעס און קינסטלער־סאַלאָנען. ער שאַפֿט סעריעס פֿון ליטאָגראַפֿיעס אויף פֿאַרשיידענע טעמעס, איין סעריע, למשל, אילוסטרירט קאַפֿקאַס “פּראָצעס” און אַן אַנדערע די מעשׂה פֿון גולם. אין פּאַריז באַקענט ער זיך מיט צאָלרײַכע קינסטלער, וואָס האָבן דעמאָלט געוווינט אין שטאָט, און חבֿרט זיך מיט מאַנע כּץ און מיטן פֿאָטאָגראַף איזיס.

אין 1962 האָט מאַריאַן זיך אַריבערגעצויגן קיין אַמעריקע און איז דאָרטן געבליבן ביז זײַן טויט אין 1977. ווען ער איז געוואָרן אַן אַמעריקאַנער בירגער האָט ער אָפֿיציעל געביטן זײַן נאָמען אויף Maryan S. Maryan.

מאַריאַן איז געווען אַ פֿרוכפּערדיקער קינסטלער, און האָט אויך רעלאַטיוו גיך באַקומען אַ שם. אָבער די שווערע יאָרן פֿון חורבן האָבן אים תּמיד באַגלייט, און ער האָט שטענדיק געליטן פֿון זיי — אי פֿיזיש, אי פּסיכיש. אין 1971, נאָך אַ שווערער דעפּרעסיע, עצהט אים זײַן דאָקטער צו צייכענען זײַנע קאָשמאַרן, דאָס הייסט, צו דערציילן דורך זיי דאָס וואָס ער קען נישט זאָגן מיט ווערטער. ער צייכנט דעמאָלט 9 העפֿטן מיט מער ווי 470 אילוסטראַציעס, וואָס ער רופֿט “עקע האָמאָ”. אַרום די־אָ העפֿטן איז די איצטיקע אויסשטעלונג אינעם ייִדישן מוזיי אָרגאַניזירט געוואָרן.

“די מענטשלעכע מענאַזשעריע” איז טאַקע נישט קיין רעטראָספּעקציע. אַחוץ דער סעריע העפֿטן, נעמט זי אַרײַן בסך־הכּל אַרום צוואַנציק מאָלערײַען און דרײַסיק צייכענונגען אַלע פֿון די יאָרן 1960 ביז זײַן טויט. עס איז אַן איבערבליק איבער די הויפּט־מאָמענטן פֿון די לעצטע יאָרן פֿון מאַריאַנס ווערק, וועלכע ווערן באַגלייט אויך מיט אויסצוגן פֿון אַ פֿילם, וואָס מאַריאַן האָט פֿילמירט וועגן זיך אַליין אין 1975 אינעם באַרימטן טשעלסי־האָטעל אין ניו־יאָרק. דעם פֿילם האָט ער אויך אָנגערופֿן “עקע האָמאָ”.

די אויסשטעלונג איז אָרגאַניזירט אַרום דער סעריע פֿון זײַנע ערשטע עניגמאַטישע פּערסאָנאַזשן, וואָס מאַריאַן האָט אָנגעהויבן צייכענען אין די 1960ער יאָרן. זיי זענען די פֿרוכטן פֿון זײַן דמיון, אַ מאָל האַלב־מענטש און האַלב־חיה אָדער ראָבאָט, אַ מאָל אינספּירירט דירעקט פֿון די מלחמה־יאָרן, אַ מאָל פֿון היסטאָרישע געשטאַלטן. זיי זענען שרעקלעך שיין, דאָס הייסט, אי שרעקלעך, אי שיין. די סעריע “עקע האָמאָ” איז פֿול מיט אמתע הילף־געשרייען, זיי זענען אויסערגעוויינטלעכע עדותן פֿונעם קינסטלערס פֿעיִקייט צו פֿאַרוואַנדלען זײַן שרעקלעכע עלנטקייט אין קונסט.

די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.