דוד קאָפּערפֿילדס שידוך

David Copperfield‘s Engagement

Published January 08, 2014, issue of January 31, 2014.

דוד קאָפּערפֿילד מיט זײַן כּלה, קלאָע גאָסעלען
Getty Images
דוד קאָפּערפֿילד מיט זײַן כּלה, קלאָע גאָסעלען

דזשיינאַ ביינין, אַ שרײַבערין פֿון דער ייִט״אַ, האָט איבערגעגעבן, אַז דוד קאָפּערפֿילד, דער אַמעריקאַנער אילוזיאָניסט, קלײַבט זיך חתונה צו האָבן מיט קלאָע גאָסעלען, אַ 28־יאָריקע פֿראַנצויזישע מאָדעלקע. דערווײַל זענען זייערע ווײַטערדיקע פּלענער נישט קלאָר, אָבער מע קאָן זיך משער זײַן, אַז די חתונה וועט פֿאָרקומען אויף קאָפּערפֿילדס אייגענעם אַרכיפּעלאַג אינעם קאַריבישן ים, וואָס באַשטייט פֿון 11 „אינדזלען פֿון קאָפּערפֿילד־ביי‟.

איצט איז קופּערפֿילד אַ 57־יאָריקער מאַן. מיט יאָרן צוריק, האָט ער פּלאַנירט חתונה צו האָבן מיט אַן אַנדער רײַכער און באַקאַנטער מאָדעלקע, קלאַודיאַ שיפֿער פֿון דײַטשלאַנד. מיט זעקס יאָר שפּעטער, איז זיך זייער שידוך אָבער צעפֿאַלן. דער קונצן־מאַכער האָט איבערגעגעבן דעם זשורנאַל „Hello!‟, אַז זײַן אומגעראָטענער שידוך מיט שיפֿער „איז שוין אַן אַלטע מעשׂה‟, און אַז איצט האָט ער טאַקע ערנסטע פּלענער, זײַענדיק פֿאַרקנסט מיט זײַן כּלה „מיטן מוח און האַרץ‟.

מיט עטלעכע חדשים צוריק, אין יולי, האָט סימי האָרוויץ, אַ שרײַבערין פֿונעם „Forward‟ דערציילט וועגן קאָפּערמאַנס באַציִונג צו זײַן ייִדישן אָפּשטאַם. דער באַרימטער אילוזיאָניסט, וועלכער איז געוואָרן אַ מיליאַרדער צוליב דער גרויסער פּאָפּולערקייט פֿון זײַנע חידושדיקע קונצן, איז געבוירן געוואָרן מיטן נאָמען דוד סעט קאָטקין. אין אַ שמועס מיטן „Forward‟, האָט ער דערציילט, אַז ער פֿילט אַ דירעקטע היסטאָרישע פֿאַרבינדונג צווישן זײַן „כּישוף‟־קונסט און דעם ייִדישן טאַלאַנט „צו פֿאַרווירקלעכן דאָס אוממעגלעכע‟.

קאָפּערפֿילד האָט זיך געלערנט אין אַ „העברעיִשער‟ שול. ער האָט איבערגעגעבן, אַז ער „האָט אַ פּערזענלעכע באַציִונג מיט גאָט און דאַוונט אַ סך‟. דער אילוזיאָניסט האָט דערציילט, אַז זײַנע עלטערן, אַ ברוקלינער רוסישער ייִד און אַ ישׂראלדיקע פֿרוי, האָבן אים געגעבן דעם אימפּעט מצליח צו זײַן אין זײַנע אַמביציעזע פּלענער. זײַן טאַטע האָט כּסדר געשטיצט זײַנע קאַריערע־פּלענער. די מאַמע האָט אים שאַרף קריטיקירט און פֿאָרט צוגעגעבן מער כּוח צו פֿאַרווירקלעכן זײַנע אַמביציעס.

קאָפּערפֿילד האָט געזאָגט, אַז בײַם אָנהייב האָט ער פּלאַנירט צו ווערן אַן אַקטיאָר. ער האָט אויסגעקליבן אַן אַנדער פֿאַמיליע־נאָמען, נאָכן באַקאַנטן פּערסאָנאַזש פֿון טשאַרלז דיקענס, ווײַל „קאָטקין‟ האָט פֿאַר אים געקלונגען נישט גענוג „אַרטיסטיש‟. הײַנט וואָלט ער עס, מסתּמא, נישט געטאָן, ווײַל ער האַלט איצט, אַז דיקענסעס ווערק זענען אַנטיסעמיטיש.

זײַן כּלה האָט איבערגעגעבן, אַז נישט געקוקט אויף קאָפּערפֿילדס גרויסער פּאָפּולערקייט און עשירות, בלײַבט ער אַ באַשיידענער מענטש. זיי וווינען שוין עטלעכע יאָר צוזאַמען און האָבן אַ דרײַ־יאָריקע טאָכטער.