דער האַמלעט פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע

The Hamlet of the Russian Revolution

יולי מאַרטאָוו (זיצט רעכטס) צווישן דער גרופּע פֿון דעם „פֿאַראיין פֿאַרן קאַמף צו באַפֿרײַען דעם אַרבעטער־קלאַס” (1897)
יולי מאַרטאָוו (זיצט רעכטס) צווישן דער גרופּע פֿון דעם „פֿאַראיין פֿאַרן קאַמף צו באַפֿרײַען דעם אַרבעטער־קלאַס” (1897)

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published January 14, 2014, issue of January 31, 2014.

יולי מאַרטאָװ (צעדערבױם) איז געװען אײנער פֿון די אָבֿות פֿון דער רוסישער רעװאָלוציאָנערער באַװעגונג. אָבער װען עס איז געקומען צו דער רעװאָלוציע גופֿא אין 1917, איז ער פֿאַרבליבן אױפֿן ראַנד פֿון די געשעענישן. מאַרטאָװס בריװ, רעדעס און אַרטיקלען פֿונעם לעצטן לעבנס־פּעריאָד, אין די יאָרן 1917—1922, דערצײלן אַ סך סײַ װעגן זײַן פּערזענלעכקײט און סײַ װעגן די דראַמאַטישע היסטאָרישע געשעענישן פֿון יענער צײַט. מאַרטאָװס פּאָזיציע לגבי דעם באָלשעװיסטישן רעזשים איז געװען אַ צװײענדיקע. פֿון אײן זײַט, איז ער געװען אַן אַלטער אױסגעשפּראָכענער קעגנער פֿון דער באָלשעװיסטישער אידעאָלאָגיע און פֿון זײערע מעטאָדן. זײַנע סתּירות מיט לענינען הײבן זיך אָן אַרום 1902. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט מאַרטאָװ געשטיצט די רעװאָלוציע, װי אַ פּרינציפּ, און ניט געהאַט קײן סימפּאַטיע פֿאַר דער „װײַסער‟ קאָנטר־רעװאָלוציע.

די חילוקי־דעות צװישן מאַרטאָװן און לענינען זײַנען בטבֿע געװען אידעאָלאָגישע. להיפּוך צו לענינען און צו די באָלשעװיקעס, האָבן די מענשעװיקעס, און מאַרטאָװ בתוכם, געהאַלטן, אַז די פּראָלעטאַרישע רעװאָלוציע דאַרף זיך אַנטװיקלען אױף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן, מיט אַ ברײטער שטיצע מצד די פּראָלעטאַרישע און קלײן–בירגערלעכע מאַסן. דערפֿאַר איז מאַרטאָװ געװען קעגן דער באָלשעװיסטישער דיקטאַטור, אָבער ניט קעגן דער רעװאָלוציע. ער איז געװען גרײט מיטצואַרבעטן מיט דער באָלשעװיסטישער מאַכט לטובֿת דער רעװאָלוציע, אָבער לענין האָט זיך שױן ניט גענײטיקט אין אַזעלכע דעמאָקראַטישע שותּפֿים.

מאַרטאָװ איז געװען אַ שאַרפֿזיניקער און ניכטערער אָבסערװאַטאָר. ער האָט תּיכּף פֿאַרשטאַנען, אַז דער באָלשעװיסטישער רעזשים האָט יאָ אַ געװיסע שטיצע צװישן דער באַפֿעלקערונג, און װעט פֿאַרבלײַבן אױף אַ לאַנגער צײַט. די באָלשעװיקעס האָבן גלײַך דערשטיקט װאָסער ניט איז אָפּאָזיציע: „דער מצבֿ אין אונדזער פּאַרטײ איז געװאָרן אומדערטרעגלעך. אַלץ איז חרובֿ — פּרעסע, אָרגאַניזאַציעס, וכדומה. אין אונטערשיד צו די צאַרישע צײַטן קאָן מען אַפֿילו ניט ׳גײן אין אונטערערד אַרײַן׳‟ — האָט מאַרטאָװ געשריבן פֿון פּעטראָגראַד זײַנעם אַ פּאַרטײ־חבֿר אין 1918.

ער האָט באַשריבן אין אַ סך פּרטים ניט נאָר די שרעק פֿונעם באָלשעװיסטישן „רױטן טעראָר‟, אָבער אױך די קאָרופּציע אין די הױכע פֿענצטער. די נײַע קאָמוניסטישע בעלי־בתּים פֿון רוסלאַנד האָבן געלעבט אַ טאָג: „דער אונטערשיד אין רעאַלע הכנסות איז געװאָרן אַ ריזיקער. די מענטשן, װאָס אַ מאָל פֿלעגן קעמפֿן קעגן ׳אומגלײַכקײט׳, װילן איצט אַפֿילו ניט פֿאַרבאַהאַלטן אַ װײַסן זעמל, רײַז, פּוטער, פֿלײש אָדער אַ פֿלעשל װײַן און קאָניאַק אױף זײער טיש.‟

אָבער װען זײַן קאָרעספּאָנדענט האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין אַן אױסלענדישער צײַטונג אָט די אַלע פּיקאַנטע פּרטים װעגן די נײַע אױפֿגעקומענע סאָװעטישע גבֿירים, איז מאַרטאָװ געװאָרן ברוגז. ער האָט ניט געװאָלט געבן אַמוניציע צו די רעכטע שׂונאים פֿון דער רעװאָלוציע. אָבער אין 1920 איז עס אים שױן געװאָרן קלאָר, אַז ער קאָן מער ניט בלײַבן אין רוסלאַנד, און ער האָט זיך גענומען אױספּועלן אַ דערלױבעניש אַװעקצופֿאָרן. װעגן דעם איז פֿאַראַן אַ סענטימענטאַלע לעגענדע, װי לענין האָט כּלומרשט געהאָלפֿן זײַן אַלטן אידעאָלאָגישן קעגנער צוליב יענעמס פֿאַרדינסט פֿאַר דער רעװאָלוציאָנערער באַװעגונג. דעם דאָזיקן עפּיזאָד האָט באַשריבן עמנואל קאַזאַקעװיטש אין זײַן דערצײלונג „די שׂונאים‟ (1962), װאָס איז געװען אַ פּרוּװ צו „הומאַניזירן‟ לענינס געשטאַלט.

אין דער אמתן זײַנען לענינס מאָטיװן געװען גאַנץ פּראַקטישע. דאָס האָט דערקלערט מאַרטאָװן מאַקסים ליטװינאָװ, דער פֿאָלקס־קאָמיסאַר פֿאַר אױסער־ענינים: „לענין האַלט, אַז איר שעדיקט דאָ צו פֿיל; עס װעט זײַן בעסער, װען איר װעט זײַן אין אױסלאַנד. דאָרטן, לכל־הפּחות, שטיצט איר די אָנערקענונג פֿון דער סאָװעטישער מאַכט.‟ מאַרטאָװ איז אַװעק קײן דײַטשלאַנד מיט אַ סאָװעטישן פּאַס אין 1920. צו יענער צײַט איז ער שױן געװען שװער קראַנק און מסתּמא האָט ער ניט בדעה געהאַט זיך אומצוקערן קײן סאָװעט־רוסלאַנד. אָבער ניט געקוקט אױף דעם, האָט דזערזשינסקי אין 1921 געהײסן אים אָפּזוכן און אַרעסטירן. אין 1923 איז מאַרטאָװ געשטאָרבן און געבראַכט געוואָרן צו קבֿורה אין בערלין. דער סאָװעטישער קאָמוניסט קאַרל ראַדעק האָט אָנגעשריבן אַ נעקראָלאָג, װאָס איז אַרױס אין די צענטראַלע מאָסקװער צײַטונגען. ער האָט אָנגערופֿן מאַרטאָװן „דער האַמלעט פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע‟, װאָס איז טאַקע זײער אַ טרעפֿלעכע דעפֿיניציע פֿון דער דאָזיקער מערקװירדיקער פּערזענלעכקײט.

מאַרטאָװ שטאַמט פֿון אַ בכּבֿודיקן משׂכּילישן ייִחוס: זײַן זײדע איז געװען אַלכּסנדר צעדערבױם, דער באַרימטער פֿאַרלעגער און דער „טאַטע‟ פֿון דער מאָדערנער זשורנאַליסטיק אױף העברעיִש און ייִדיש. מאַרטאָװ איז געבױרן געװאָרן אין סטאַמבול, און זײַן מאַמע איז געװען פֿונעם ספֿרדישן אָפּשטאַם, אָבער אױפֿגעװאַקסן איז ער אין װילנע. דאָ האָט ער אָנגעהױבן זײַן רעװאָלוציאָנערע טעטיקײט, לכתּחילה אינעם „בונד‟, אָבער אין גיכן איז ער אַריבער צו דער רוסישער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער פּאַרטײ. זײַן קרײַז פֿון פּאַרטײ־חבֿרים און קאָרעספּאָנדענטן איז געװען מערסטנטײל אַ ייִדישער — פּאַװעל אַקסעלראָד, שמואל שטשופּאַק, רפֿאל אַבראַמאָװיטש. אַזױ װי מאַרטאָװ, זײַנען אָט די אַלע אַלטע ייִדישע טוער פֿון דער רוסישער רעװאָלוציע אָפּגעוואָרפֿן געװאָרן דורך דער שטאַרקער האַנט פֿון דער נײַער סאָװעטישער מאַכט. אָבער מאַרטאָװס שאַרפֿזיניקע קריטיק פֿון דעם מהות פֿון דער נײַער מאַכט בלײַבט פֿריש אַפֿילו הײַנט, װײַל אַ סך פֿון יענע מידות האָבן איבערגעלעבט קאָמוניזם און בלײַבן כאַראַקטעריש פֿאַר די איצטיקע רוסישע הערשער.