דער נײַער ייִדישער לינגוויסטן־קרײַז

The New Yiddish Linguistic Circle

דער רעפֿערענט דזשאָרדין קוציק און דער מחבר פֿונעם אַרטיקל
דער רעפֿערענט דזשאָרדין קוציק און דער מחבר פֿונעם אַרטיקל

פֿון לייזער בורקאָ

Published February 23, 2014, issue of March 14, 2014.

דעם 9טן פֿעברואַר האָט זיך בײַם לינגוויסטיק־אָפּטייל פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט געטראָפֿן צום ערשטן מאָל דער „נײַער ייִדישער לינגוויסטן־קרײַז‟. דזשאָרדין קוציק, אַ יונגער סאָציאָ־לינגוויסט און אַ שטענדיקער „פֿאָרווערטס‟־מיטאַרבעטער, האָט געלייענט אַ רעפֿעראַט וועגן דער חסידישער קינדער־ליטעראַטור אין אַמעריקע פֿאַר אַ קליינער גרופּע פֿאַראינטערעסירטע. ער האָט געוויזן מיט בײַשפּילן, ווי די שפּראַך־אידעאָלאָגיע און די גראַמאַטיק פֿון די חסידים האָבן זיך שטאַרק געביטן אין משך פֿון די יאָרן, זינט די חסידים זײַנען אָנגעקומען אין אַמעריקע.

בײַם אָנהייב האָבן די חסידים זיך געהאַלטן אָן געוויסע נאָרמעס און געשריבן מער־ווייניקער דאָס זעלביקע ייִדיש ווי ס׳רובֿ ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. אָבער מיט דער צײַט זײַנען די נאָרמעס געוואָרן אַלץ שוואַכער, און די גראַמאַטיק, כאָטש פֿון דער געשריבענער שפּראַך, איז דעריבער געוואָרן אַן אַנדערע: מען האָט מערסטנס פֿאַרגעסן אין די מינים פֿון די סובסטאַנטיוון (דער, די, דאָס) און אין די בייגפֿאַלן (די היים אַקעגן אין דער היים). דערצו איז די אידעאָלאָגישע ווערדע און סאָציאַלע ראָלע פֿון דער שפּראַך געוואָרן גאַנץ אַנדערש, ווײַל בײַם אָנהייב פֿון דער תּקופֿה האָבן נאָך מיליאָנען אַנדערע ייִדן גערעדט ייִדיש, און הײַנט, אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן זײַנען געבליבן כּמעט נאָר חסידים.

נאָכן רעפֿעראַט — געהאַלטן אין גאַנצן אויף ייִדיש, וואָס קוציק האָט געדאַרפֿט גלײַכצײַטיק איבערטײַטשן פֿון זײַן ענגלישן אָריגינאַל — האָט ער געענטפֿערט אויף פֿראַגעס. צום באַדויערן, זײַנען ניט געקומען אויף דער טרעפֿונג קיין חסידים, וואָס וואָלטן געקענט באַשטעטיקן אָדער אָפּפֿרעגן קוציקס אויספֿירן און מיר זײַנען געבליבן אָן אַ פּערספּעקטיוו פֿון אינעווייניק. אָבער צווישן די באַטייליקטע אין דער דיסקוסיע זײַנען געווען עטלעכע יונגע לינגוויסטן (און כּמו־לינגוויסטן, שוין ניט קיין יונגע, ווי אַני־הקטן), וואָס לייענען און טראַכטן שוין לאַנג וועגן דער טעמע. די גאַנצע אונטערנעמונג האָט מען רעקאָרדירט און דעם ווידעאָ האָבן שוין געזען איבער הונדערט מענטשן אויף „יוטיוב‟ — נישקשה פֿאַר אַזאַ ספּעציאַליזירטער טעמע:

דער „נײַער ייִדישער לינגוויסטן־קרײַז‟ איז אָרגאַניזיריט געוואָרן פֿון „יוגנטרוף‟, צוזאַמען מיטן „לייענזאַל‟, דעם נײַעם „ייִדישן אוניווערסיטעט אין אינטערנעץ‟, געשאַפֿן פֿון איציק בלימאַן (leyenzal.org). ווי אַ דאָקטאָראַנט אין לינגוויסטיק בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, האָט בלימאַן אונדז צוגעשטעלט דאָס אָרט און אויך רעקאָרדירט דעם רעפֿעראַט מיט זײַן שפּאָגל נײַעם ווידעאָ־אַפּאַראַט. בכלל וואָלט קיינעם ניט אײַנגעפֿאַלן צו שאַפֿן אַזאַ קרײַז, ווען בלימאַן וואָלט ניט אָנגעהויבן זײַן דאָקטאָראַט אין ניו־יאָרק פֿאַר אַ יאָרן. ווײַל חוץ אים זײַנען ניט געווען בײַ אונדז קיין דאָקטאָראַנטן אין דער ייִדישער לינגוויסטיק זינט איבער 20 יאָר, זינט קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט האָט פֿאַרמאַכט זײַן לינגוויסטיק־אָפּטייל.

קאָלאָמביע איז 40 יאָר געווען, קען מען זאָגן, דער וועלטצענטער פֿון דער ייִדישער לינגוויסטיק. דאָרט האָבן געלערנט אין משך פֿון די יאָרן די לינגוויסטן אוריאל ווײַנרײַך, חיים גינינגער, מאַקס ווײַנרײַך, מיכל הערצאָג, מרדכי שעכטער און רחמיאל פּעלץ; דאָרט האָבן צענדליקער יונגע פֿאָרשער און סטודענטן זיך פֿאַרטיפֿט אין דער ייִדישער דיאַלעקטאָלאָגיע דורך דער אַרבעט אויפֿן „ייִדישן שפּראַך־ און קולטור־אַטלאַס‟, און אין דער ייִדישער לעקסיקאָגראַפֿיע דורך דער אַרבעט אויפֿן „גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟.

אין די 1950ער און 1960ער יאָרן, ווען די ייִדישע לינגוויסטיק אין ניו־יאָרק איז געווען ספּעציעל פֿרוכפּערדיק, פֿלעגט מען זיך טרעפֿן עטלעכע מאָל אַ יאָר בײַם „ייִוואָ־לינגוויסטן־קרײַז‟. דאָרט האָבן די אַמאָליקע גדולים פּרעזענטירט און דעבאַטירט זייערע נײַסטע טעאָריעס וועגן דעם אויפֿקום פֿון ייִדיש, וועגן שפּראַך־נאָרמירונג, וועגן דער אַשכּנזישער הבֿרה און נאָך אַזעלכע זאַכן. בײַ אַ נאָרמאַלן לינגוויסטישן רעפֿעראַט אויף ענגליש קען מען אַנטשלאָפֿן ווערן. אָבער ווײַל די ייִוואָ־לינגוויסטן האָבן געגלייבט אין דעם ענין מיט אַזאַ ברען, מיט התלהבֿות פֿון פֿרומע ייִדן, און ווײַל זיי פֿלעגן צו מאָל זיך קריגן דווקא אויף ייִדיש, זײַנען זייערע טרעפֿונגען שטענדיק געווען לעבעדיק און אינטערעסאַנט.

אויף די טרעפֿונגען האָבן ס׳רובֿ באַטייליקטע דעמאָלט גערעדט אויף אַ קולטיווירטן ליטווישן ייִדיש, מיט ניט ווייניק ווערטער, וואָס די לינגוויסטן האָבן אַליין אויסגעטראַכט. צווישן זיי זײַנען געווען גרויסע קענער ניט בלויז פֿון ייִדיש און פֿון לינגוויסטיק, נאָר אויך פֿון העברעיִש און פֿון חכמת־היהדות. עס וואָלט געווען אַ חוצפּה צו פֿאַרגלײַכן מיט זיי אונדזער איצטיקן „נײַעם ייִדישן לינגוויסטן־קרײַז‟, וואָס באַשטייט, דער עיקר, פֿון גראַדויִר־סטודענטן, וואָס האָבן זיך אויסגעלערנט ייִדיש פֿון ביכער און רעדן עס מיט אַ שטאַרקן אַמעריקאַנער אַקצענט, נישט אויף קיין ייִד געדאַכט. ס׳רובֿ מיטגלידער אונדזערע האָבן אַפֿילו ניט זוכה געווען זיך צו באַקענען באמת מיטן „לעצטן מאָהיקאַנער‟ פֿון דעם „ייִוואָ־לינגוויסטן־קרײַז‟, ד״ר מרדכי שעכטער, וואָס איז געשטאָרבן אין 2007.

פֿון דעסטוועגן, ווילן מיר האָפֿן, אַז דער אַלטער לינגוויסטן־קרײַז קען דינען ווי אַ מוסטער און אַן אינספּיראַציע פֿאַרן נײַעם דור. מיר האָבן בדעה זיך צו טרעפֿן איין מאָל אַ חודש, כּדי צו הערן אַ רעפֿעראַט און אַרומצורעדן די טעמע אויף מאַמע־לשון. מיר טראַכטן אויך אַ מאָל צו אָרגאַניזירן ספּעציעלע ענגלישע סעסיעס, למשל, כּדי צו קענען פֿאַרבעטן רעדנער פֿון אַנדערע סאָרטן, וואָס קענען ניט קיין ייִדיש. אַזוי, האָפֿן מיר, וועלן מיר אפֿשר צוציִען צו אונדזער קרײַז מער מענטשן, ווי עס זײַנען געקומען דאָס ערשטע מאָל. ייִדן ציילט מען ניט — אָבער זאָלן זיי זיך מערן!