דאָס ליד פֿון בעסאַראַביע

Bessarabian Melodies

די זינגערין יעל כּהן און סערגאָ בענגעלסדאָרף בײַ דער פּיאַנע
Bella Bryks-Klein
די זינגערין יעל כּהן און סערגאָ בענגעלסדאָרף בײַ דער פּיאַנע

פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף

Published April 27, 2014, issue of May 23, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

יעל האָט זיך אָנגעכאַפּט אין מײַן פֿאָרשלאָג. זי האָט אָנגעהויבן רעגלמעסיק צו קומען פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין נהריה, וווּ כ’האָב זיך באַזעצט, און ביסלעכווײַז אויפֿצושטעלן איר ייִדישן רעפּערטואַר.

דער קאָנצערט אין „אַרבעטער־רינג‟ איז געווען איר ערשטער אויפֿטריט אין ישׂראל מיט אַ ייִדישער פּראָגראַם. איך מוז זיך מודה זײַן, אַז פֿאַרן אָנהייב פֿונעם קאָנצערט האָב איך זייער איבערגעלעבט: ווי אַזוי וועט דאָס פּובליקום, וואָס איז שוין צוגעוווינט צו הערן טראַדיציאָנעלע ייִדישע לידער, אויפֿנעמען גאָר אַ נײַע אומבאַקאַנטע מוזיק? צי וועט זיך יעל, וואָס האָט שוין אַ היפּשע צײַט נישט געזונגען פֿאַר אַ פֿול־געפּאַקטן זאַל, נישט איבערשרעקן?

שוין דאָס ערשטע ליד, איציק מאַנגערס „דאָס ליד פֿון בעסאַראַביע‟, אויף דער מוזיק פֿון סידאָר בעלאַרסקי, האָט אָפּגעוואָרפֿן אַלע מײַנע ספֿקות. יעל האָט געזונגען מיט אַ געפֿיל פֿון טיפֿן אומעט און טראַגישער דראַמאַטישקייט. נאָכן לעצטן קלאַנג האָט זיך אין דער לופֿטן געהאַלטן אַ צאַפּלדיקע שטילקייט, און דערנאָך — אַן אויפֿרײַס פֿון אַפּלאָדיסמענטן…

אין דעם טאָג האָט יעל, צווישן אַנדערס, געזונגען אויך דאָס רירנדיקע פֿאָלקס־ליד „פֿרײַטיק אויף דער נאַכט‟, און די מענטשן אין זאַל האָבן אונטערגעכאַפּט דאָס שפּאַסיקע ליד פֿון זלאַטע טקאַטש אויף די ווערטער פֿון משה לעמסטער „זײַ אַ חכם‟. אַגבֿ, איז דער דיכטער בײַגעווען אויפֿן קאָנצערט און איז וואַרעם באַגריסט געוואָרן פֿונעם עולם…

נאָכן קאָנצערט זײַנען צו אונדז צוגעקומען מענטשן. באַגריסט און באַדאַנקט, אָבער וואָס איז מיר באַזונדערס געווען צום האַרצן, אַז אַלע האָבן באַטאָנט ווי פֿריש און נײַ איז אונדזער פּראָגראַם, און ווי אויסגעצייכנט קלינגט יעלס ייִדיש. דער לעצטער קאָמפּלימענט האָט זיך ממש צעגאָסן מיט האָניק אין מײַן האַרצן, ווײַל יעל, אַ העבעריִש־רעדנדיקע, ווען זי איז נאָר געקומען אין מײַן קלאַס, האָט קיין איין ייִדיש וואָרט נישט געקענט.