אַ געריכט־תּבֿיעה פֿון אַ געשלאָגענער זקנה

Beaten Holocaust Survivor Sues Home Care Agency

אורסולאַ נעלסאָן, געבראַכט צעקלאַפּט אין שפּיטאָל מיט דרײַ יאָר צוריק
אורסולאַ נעלסאָן, געבראַכט צעקלאַפּט אין שפּיטאָל מיט דרײַ יאָר צוריק

פֿון מײַקל קאַפּלאַן (Forward)

Published May 14, 2014, issue of June 06, 2014.

אורסולאַ נעלסאָן, אַ 89־יאָריקע פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה, האָט געהאָפֿט שטיל צו לעבן ווײַטער אין איר רויִקער דירה — ביז דעם טאָג, ווען מע האָט זי געבראַכט שטאַרק צעקלאַפּט אין שפּיטאָל, מיט אַ צעבראָכענער נאָז און פֿאַרוווּנדעטער פּלייצע, געשלאָגן דורך איר שטענדיקער פּערזענלעכער הילף־באַדינערין. דער אינצידענט איז געשען אין קווינס, ניו־יאָרק. נעלסאָנס אַדוואָקאַט האָט געזאָגט, אַז די עלטערע פֿרוי האָט געליטן פֿון אַ שטאַרקער פּסיכישער טראַוומע, אַחוץ די פֿיזישע קלעפּ; זי קאָן זיך איצט נישט אומקערן צוריק אין איר דירה.

דער אינצידענט איז געשען מיט דרײַ יאָר צוריק. זינט דעמאָלט, שוין במשך פֿון דרײַ יאָר, וווינט די געליטענע אין אַ מושבֿ־זקנים. די באַדינערין, וועלכע האָט זי געשלאָגן, האָט געאַרבעט פֿאַר דער פֿירמע Selfhelp Community Services („אַליין־געדונגענע סאָציאַלע דינסטן‟). נאָכן אינצידענט, האָט נעלסאָן דערלאַנגט אַן אָנקלאַנג אין געריכט קעגן דער פֿירמע, פֿאָדערנדיק אַ קאָמפּענסאַציע אויף אַ סומע פֿון אַ מיליאָן דאָלאַר. די דאָזיקע אַגענטור איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 1936, כּדי צו העלפֿן דער כוואַליע אייראָפּעיִשע פּליטים, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿון די נאַצי־רדיפֿות. ביזן הײַנטיקן טאָג, איז עס באַקאַנט ווי די גרעסטע און איינע פֿון די בעסטע פֿירמעס, וואָס העלפֿן די עלטערע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה.

נעלסאָן טענהט אָבער, אַז דער שלאָגערײַ־אינצידענט איז געשען צוליב דער נאַכלעסיקייט פֿון דער פֿירמע. איר אַדוואָקאַט, פּיטער באַראָן, וועלכער פֿאַרנעמט זיך איצט מיט דער תּבֿיעה, האָט באַטאָנט אין אַ שמועס מיטן „Forward‟, אַז די אַגענטור טראָגט „דאָס דירעקטע אַחריות‟ פֿאַר דעם, וואָס די געליטענע מוז וווינען איצט אין אַ מושבֿ־זקנים. ווען די באַדינערין וואָלט זי נישט געשלאָגן, וואָלט נעלסאָנס געזונט־מצבֿ געווען בעסער, און זי וואָלט ווײַטער געקאָנט וווינען אין איר דירה.

די שולדיקע, יעהאַדי וויליין, איז געווען פֿאַרמישפּט פֿאַרן אָנפֿאַל און אָפּגעזעסן אַ יאָר אין טורמע. באַראָן טענהט, אַז די אַגענטור האָט גוט געוווּסט וועגן אירע פּסיכישע און אַנדערע פּראָבלעמען, און פֿאָרט געשיקט אַזאַ צווייפֿלהאַפֿטיקע באַדינערין צו לייגן אַכט אויף אַן 89־יאָריקער זקנה, וועלכע וואָלט געקאָנט שטאַרבן פֿון אַזעלכע ברוטאַלע קלעפּ. לויטן אַדוואָקאַט, האָבן אַ צאָל אַנדערע קליענט שוין געהאַט פֿריִער געוואָרנט די פֿירמע, אַז די קראַנקן־שוועסטער טויג נישט.

ווען נעלסאָן האָט אָנגעקלאָגט אין געריכט, האָט די פֿירמע איבערגעריסן דעם קאָנטראַקט מיט וויליין, זיך אָפּגעזאָגט פֿון קאָמענטאַרן און בלויז באַטאָנט, אַז זי באַזאָרגן אירע קליענטן, ווי עס דאַרף צו זײַן. דער אַדוואָקאַט האָט דערציילט, אַז ווען נעלסאָן איז אַרײַנגעקומען אין וויליינס שלאָפֿצימער און געבעטן די באַדינערין צו ברענגען איר פֿרישטיק, האָט וויליין אָנגעהויבן זי שלאָגן. במשך פֿון 34 שעה איז די זקנה געלעגן צעקלאַפּט אויף דר׳ערד; ערשט אויפֿן דריטן טאָג האָט וויליין באַשלאָסן צו ברענגען זי אין שפּיטאָל. באַראָן האָט צוגעגעבן, אַז נעסלאָן — אַן עלנטע פֿרוי, וואָס האָט נישט קיין קרובֿים — האָט דערצו געמוזט אויסצאָלן די דאָקטוירים פֿון איר אייגענער קעשענע.