דער פֿאַרשוויגענער יציאת-קובאַ

The Untold Exodus of Cuban Jewish Children


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published May 15, 2014, issue of June 06, 2014.

ווי נאָר היטלער איז געקומען צו דער מאַכט, אַזוי האָבן זיך אָנגעהויבן אָנפֿאַלן אויף די ייִדן. די בהלה איז דערגאַנגען צו די עסטרײַכישע ייִדן אין 1939, ווען צוויי אַמעריקאַנער ייִדן האָבן געראַטעוועט אַ טראַנספּאָרט פֿון פֿופֿציק ייִדישע קינדער.

ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אויך אָרגאַניזירט אַ קליינעם קינדער־טראַנספּאָרט פֿון דײַטשלאַנד קיין שווייץ. צווישן די געראַטעוועטע: די הײַנטיקע באַרימטע סעקס־טעראַפּעווט, ד״ר רות וועסטהײַמער. אין דײַטשלאַנד האָט מען אָפּגעראַטעווען צען טויזנט ייִדישע קינדער און זיי איבערגעשיקט קיין ענגלאַנד מיטן „קינדער־טראַנספּאָרט‟.

אָבער וויפֿל פֿון אונדז ווייסן וועגן דעם קינדער־טראַנספּאָרט פֿון ייִדישע קינדער פֿון קאַסטראָס קובאַ, אין די זעכציקער יאָרן?

וויפֿל פֿון אונדז ווייסן וועגן דעם אָפּשטאַם פֿון די קובאַנער ייִדן בכלל, וועגן זייער ייִדישער קולטור־געשיכטע, וואָס זיי האָבן אויפֿגעבויט אויפֿן אינדזל פֿון קובאַ אין משך פֿון הונדערטער יאָרן, זינט גירוש־שפּאַניע? עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז ייִדישע „מאַראַנען‟, וועלכע זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דער שפּאַנישער אינקוויזיציע בײַם סוף פֿון פֿופֿצנטן יאַרהונדערט, האָבן דערגרייכט די ברעגעס פֿון קובאַ און זיך דאָרט באַזעצט. מיט שפּאַניש זײַנען זיי געווען באַקאַנט, אַזוי אַז מיטן לשון זײַנען זיי שוין געווען פֿאַרזאָרגט. אַ חוץ דעם האָט אַ כוואַליע ייִדן אַרויסגעוואַנדערט קיין קובאַ אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט פֿאַרן און נאָכן חורבן.

אַלץ אין איינעם גיט מען איבער, אַז קובאַ האָט פֿאַרמאָגט, נאָך איידער קאַסטראָ איז געקומען צו דער מאַכט אין 1959, פֿופֿצן טויזנט ייִדן און פֿינף שילן.

אין 2006 האָט די ייִדישע קהילה אין קובאַ אָפּגעמערקט הונדערט יאָר זינט די ייִדן האָבן זיך דאָרט באַזעצט, און אין 2007 האָט די „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿאַרשפּרייט די ידיעה, אַז עס געפֿינען זיך הײַנט פֿופֿצן הונדערט ייִדן, וואָס וווינען אין קובאַ; ס’רוב פֿון זיי — אין האַוואַנאַ.

אַן אַנקעטע פֿון דער ייִדישער קהילה האָט אַנערקענט 1,201 ייִדן בײַם פֿאַרשפּרייטן מצות און פּסחדיקע מאכלים אויף יום־טובֿ, און האָט געלאָזט וויסן, אַז קובאַ פֿאַרמאָגט איין כּשרע יאַטקע און אַ כּשרן קצבֿ אָבער עס איז אָפֿיציעל נישט פֿאַראַן דאָרט קיין איין רבֿ, כאָטש לעצטנס האָט זיך איינער דאָרט באַזעצט.

איצט קום איך ערשט צום אינטערעסאַנטן קאַפּיטל ווען מען האָט עקספּעדירט ייִדישע קינדער פֿון קובאַ.

ווען נאָר אַ נײַע מהומה באַפֿאַלט אַ ייִדישן ייִשובֿ, ווו עס זאָל זיך נישט געפֿינען, געשעט דאָס וואָס ס’געשעט מיט אַ סך ייִדישע ייִשובים איבער דער וועלט: מ׳אַנטלויפֿט. די גרויסע אַרויסוואַנדערונג פֿון קובאַ קיין אַמעריקע איז פֿאָרגעקומען ווען פֿידעל קאַסטראָ האָט איבערגענומען די מאַכט.

אַ סך קובאַנער ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין מיאַמי, פֿלאָרידע, און לעבן דאָרט עד־היום אין קאָמפּאַקטע מאַסן, מיט אייגענע שילן און קאָמונאַלע צענטערס. צווישן זיי געפֿינען זיך אויך ספֿרדישע ייִדן פֿון די אַראַבישע לענדער.