אוקראַיִנע גרייט זיך צו די פּרעזידענט־וואַלן

Ukrainians Prepare for Presidential Elections

אין צענטער קיִעוו, מײַ 2014
Cnaan Liphshiz
אין צענטער קיִעוו, מײַ 2014

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published May 22, 2014, issue of June 06, 2014.

קיִעוו. — אין מיטן פֿון דער שטאָט קען מען הײַנט זען די געצעלטן פֿון צוויי באַזונדערע גרופּעס: די הונדערטער צײַטווײַליקע „היימען‟ פֿון די אויפֿשטענדלער, וועלכע האָבן געהאָלפֿן צו פֿאַרטרײַבן פּרעזידענט וויקטאָר יאַנוקאָוויטש פֿון דער מאַכט אין פֿעברואַר, און די נײַערע קיאָסקן, וואָס פֿאַרפּירסומען די מעלות פֿון די קאַנדידאַטן פֿאַר די פּרעזידענט־וואַלן, וואָס זענען פּלאַנירט אויף דעם קומענדיקן זונטיק, דעם 25סטן מײַ.

די פּאָליטיקער באַצייכענען די וואַלן ווי די וויכטיקסטע זינט אוקראַיִנע איז געוואָרן אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה אין 1991.

דער פּאָפּולערסטער קאַנדידאַט איז פּעטראָ פּאָראָשענקאָ, אַן 48־יאָריקער אָליגאַרך פֿון אָדעס און דער שעף פֿון אַ שאָקאָלאַד־אימפּעריע. לויט די אַנקעטעס, קאָן פּאָראָשענקאָ באַקומען 30% פֿון די שטימעס.

יוליאַ טימאָשענקאָ, אַ געוועזענע פּרעמיערין, וואָס איז ערשט לעצטנס באַפֿרײַט געוואָרן נאָכן זיצן דרײַ יאָר אין תּפֿיסה, וועט מסתּמא געווינען צווישן 6 און 18 פּראָצענט, לויט דער אַנקעטע. צוליב דעם וואָס עס קאָנקורירן מער ווי 20 קאַנדידאַטן, איז זייער מעגלעך, אַז קיינער פֿון זיי וועט נישט געווינען מער ווי 50%. אין אַזאַ פֿאַל וועט פֿאָרקומען אַ צווייטע רונדע מיט אַ וואָך שפּעטער.

די ייִדישע קהילה איז געבליבן אָפֿיציעל נייטראַל וועגן די קאַנדידאַטן, אָבער אַ סך אוקראַיִנישע ייִדן שטיצן פּאָראָשענקאָ, אַ געוועזענער אויסערן־מיניסטער, צוליב זײַן דערפֿאַרונג אין דער געשעפֿט־וועלט און אויסלענדישע באַציִונגען.

ווער ס׳וועט געווינען די וואַלן וועט דאַרפֿן אויסשטיין גרויסע שוועריקייטן. צו ערשט וועט ער מוזן באַהאַנדלען דעם ענין פֿון די פּראָ־רוסישע סעפּאַריסטישע מיליצן, וואָס האָבן פֿאַרכאַפּט עטלעכע שטעט אין מיזרח־אוקראַיִנע, וווּ די רוסיש־רעדער באַטרעפֿן אַ מאַיאָריטעט.

דער נײַער פּרעזידענט וועט אויך דאַרפֿן לייזן דעם עקאָנאָמישן קריזיס. זינט נאָוועמבער, האָט די אוקראַיִנישע וואַלוטע, די הריוונע, פֿאַרלוירן 35% פֿון איר ווערט, אַנטקעגן דעם אַמעריקאַנער דאָלאַר. אַ טייל אַנאַליטיקער האָבן אויסגעדריקט אַ זאָרג, אַז די מדינה קאָן נאָך באַנקראָטירן אויך.