דאָס נײַע ייִדישלאַנד: בריסל און לעוּוואַרדען

The New Yiddishland: Brussels and Leeuwarden

בריסל: סאָניאַ פּינקוסאָוויטש און דער מחבר
בריסל: סאָניאַ פּינקוסאָוויטש און דער מחבר

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published May 22, 2014, issue of June 06, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

די פֿריזיאַנער קולטור און שפּראַך איז אַ מינאָריטעטן־שפּראַך, ווי ייִדיש, און וואַן־דען־בערג האָט מיטן פֿריזיאַנער שפּראַכצענטער אין לעוּוואַר­דען געשלאָגן אַ יד־אַחת, און באַ­קומען פֿון זיי שטיצע. קודם־כּל, איז דער גאַנצער פֿעסטיוואַל פֿאָר­גע­קומען אינעם שפּאָגל־נײַעם פֿרי­זיאַ­נער שפּראַך־אינסטיטוט „טרע­סאָאַ‟ (אוצר); און דער ערשטער קאָנ­צטערט, מיטן נאָמען, „וואָס איז גע­בליבן?‟ האָט צונויפֿגעפּאָרט די זינגערין לוסעט וואַן־דען־בערג מיטן פֿריזיאַנער פּאָעט טסעאַד ברויִנדזשאַ.

זי האָט געזונגען אויף ייִדיש, און ער האָט פֿאָרגעלייענט זײַנע פֿרי­זיאַנער לידער אויף ענלעכע טעמעס. דער אָוונט האָט געמאַכט אַ רושם אויפֿן עולם, וואָס איז באַשטאַנען פֿון סײַ לעוּוואַרדענער, סײַ קלעזמאָרים. אין אַ שמועס מיטן דירעקטאָר פֿון „טרעסאָאָ‟, בערט לופּער, האָבן מיר פֿאַרגליכן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש און פֿריזיאַניש. ווי אויף ייִדיש הײַנט, למשל, געפֿינען זיך מער יונגע פֿריזיאַ­נער פּאָעטן ווי פּראָזע־שרײַ­בער.

אין סטודיאָ פֿון מאַרצעל האַציר: זײַן מאָלערײַ און מימעאָגראַף־מאַשין פֿון דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג
אין סטודיאָ פֿון מאַרצעל האַציר: זײַן מאָלערײַ און מימעאָגראַף־מאַשין פֿון דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג

די ביבליאָטעק פֿון „טרעסאָאַ‟ ניצט די מאָדערנסטע טעכנאָלאָגיע, און אַלץ ווערט דיגיטאַליזירט און אַרויפֿגעלייגט אויף דער אינטערנעץ. אין מיטן פֿון די אַלע ביכער אויף פֿריזיאַניש און האָלענדיש, געפֿינט זיך אָבער אַ זעלטענע זאַמלונג פֿון ייִדי­שע ביכער. ווען דער באַקאַנטער פֿאָר­שער פֿון דער אַלטער ייִדישער לי­טעראַטור, לעאָ פֿוקס, איז גע­שטאָרבן אין 1990 אין עלטער פֿון 81 יאָר, האָט ער אין זײַן ירושה גע­הייסן איבערגעבן זײַן זעלטענע ביב­ליאָטעק די פֿריזיאַנער, ווי אַ דאַנק, וואָס זיי האָבן אים געראַטעוועט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. הײַנט האָט זײַן ביבליאָטעק איר אייגענעם צימער, און צו ביסלעך דיגיטאַליזירט מען די ווערק.