ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published May 21, 2014, issue of June 06, 2014.

ל״ג־בעומר אין קהילה־צענטער פֿון חב״ד

די וואָך איז די הויפּט־געשעעניש פֿונעם ייִדישן לעבן אין מאָסקווע געווען דאָס פּראַווען ל״ג־בעומר. עטלעכע מאָסקווער ייִדישע קהילות האָבן עס דורכגעפֿירט מיט באַרבעקיו, שפּילן, בויגן־שיסן, נאַרגילע אאַז״וו. לעבן דעם מאָסקווער ייִדישן קהילה־צענטער אין מאַרינאַ ראָשטשאַ האָט דעם יום־טובֿ אָרגאַניזירט דער מאָסקווער חב״ד. געעפֿנט די אונטערנעמונג האָט אַ מיליטער־אָרקעסטער, און דער הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר האָט דעם עולם באַגריסט. ער האָט דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿונעם יום־טובֿ, צוגעקלאַפּט אַ מזוזה צו דער וואַנט פֿון אַ נײַעם בנין אין מאַרינאַ ראָשטשאַ, און אָנגעצונדן אַ פֿײַער. מע האָט געמאַכט אַן „אָפּשער‟ פֿון עטלעכע דרײַ־יעריקע קינדער, און אַלע באַטייליקטע, קודם־כּל, תּלמידים פֿון די חב״ד־שולן, זענען געגאַנגען צוזאַמען אין דעם נאָענטן פּאַרק צו מאַכן דאָרטן אַ פּיקניק און לערנען תּורה.

הרבֿ בערל לאַזאַר — אַ בן־חמישים

דער חב״ד־רבֿ בערל לאַזאַר האָט די טעג געפּראַוועט זײַן פֿופֿציקסטן געבוירן־טאָג. באַגריסט האָבן אים ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, די אַמבאַסאַדאָרין פֿון מדינת־ישׂראל, דורית האָלענדער, און דער פּרעזידענט פֿון רוסלאַנד, וולאַדימיר פּוטין.

אַ נײַע אויסשטעלונג, געווידמעט 80 יאָר ביראָבידזשאַן

צו די אַנדערע נײַעס: אין דער רוסלענדישער מלוכישער ביבליאָטעק גרייט מען אַ נײַע אויסשטעלונג אונטערן נאָמען „דער גורל פֿון ביראָבידזשאַנער פּראָיעקט‟, געווידמעט דעם 80־יעריקן יוביליי פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. עס וועלן אויסגעשטעלט ווערן אַרכיוו־דאָקומענטן, פֿאָטאָס, ביכער און פּרעסע־אויסצוגן, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיטן פּראָיעקט, און לאָזן באַשרײַבן די געשיכטע און אַנטוויקלונג פֿון דעם ייִדישן ייִשובֿ אויפֿן ווײַטן מיזרח. די אויסשטעלונג קומט פֿאָר אין דעם צענטער פֿאַר מיזרח־ליטעראַטורן. דאָס איז אַ רעלאַטיוו נײַער אָפּטייל פֿון דער מלוכישער ביבליאָטעק, וווּ מע קען לייענען ביכער און די פּרעסע אויף פֿאַרשיידענע מיזרח־שפּראַכן. מע קלאַסיפֿיצירט שפּראַכן לויטן אלף־בית, און דערפֿאַר האָט דער צענטער פֿון מיזרח־ליטעראַטורן אויך ביכער און פּרעסע אויף העברעיִש און אויף ייִדיש. דאָרטן געפֿינט זיך, למשל, אַ גרויסע זאַמלונג פֿון וויסנשאַפֿטלעכע צײַטשריפֿטן אויף ייִדיש פֿון די 1920ער יאָרן. אינעם זאַל פֿונעם אָפּטייל זענען שוין עטלעכע מאָל פֿאָרגעקומען ייִדישע אונטערנעמונגען, ווי למשל, לעקציעס פֿונעם צענטער פֿאַר פֿאָרשן דאָס רוסישע ייִדנטום. פֿריִער האָט דער אָפּטייל דורכגעפֿירט אַן אויסשטעלונג פֿון אַלטע געדרוקטע ייִדישע ביכער.

דער סקאַנדאַל אַרום דעם דיריגענט, וולאַדימיר ספּיוואַקאָוו

יענע וואָך האָט אויסגעבראָכן אַ סקאַנדאַל מיט איינעם פֿון די באַרימסטע רוסישע דיריגענטן — וולאַדימיר ספּיוואַקאָוו. זײַן אָרקעסטער „מאָסקווער ווירטואָזן‟ איז געקומען אויף גאַסטראָלן קיין קאַנאַדע. אין טאָראָנטאָ האָט מען אים מקבל־פּנים געווען גאָר אומפֿרײַנדלעך, און קאַנאַדער אוקראַיִנער האָבן אָרגאַניזירט לעבן קאָנצערט־זאַל אַ דעמאָנסטראַציע. די סיבה דערפֿאַר איז, וואָס ספּיוואַקאָוו איז געווען צווישן די טוער פֿון רוסישער קולטור, וואָס האָבן אונטערגעשריבן אַ קאָלעקטיוון בריוו צו שטיצן פּוטינען און זײַן פּאָליטיק אין אוקראַיִנע.

אַנטיסעמיטיזם וואַקסט אין דער מעדיאַ

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט: צום באַדויערן, אויך ניט קיין פֿריילעכע. דער רוסישער ייִדישער קאָנגרעס האָט פֿאַרעפֿנטלעכט סטאַטיסטישע אָנגאַבעס מכּוח אַנטיסעמיטיזם אין רוסלאַנד. די סטאַטיסטיק ווײַזט, אַז די צאָל אַנטיסעמיטישע אָנפֿאַלן אין דער פּרעסע איז אין רוסלאַנד איז געשטיגן אין די לעצטע חדשים, כאָטש דער שטייגער־אַנטיסעמיטיזם בלײַבט נאָך אַלץ אויף דעם זעלבן נידעריקן ניוואָ. די פּראָקוראַטור האָט געפּסקנט עטלעכע שולד־אורטיילן פֿאַר אַנטיסעמיטישער פּראָפּאַגאַנדע אויף דער אינטערנעץ. אין דער פּרעסע אָבער — אויף די צענטראַלע טעלעוויזיע־קאַנאַלן און אין די פּאָפּולערע צײַטונגען — האָבן זיך אַנומלט באַוויזן עטלעכע קלאָר־אַנטיסעמיטישע מאַטעריאַלן; די זשורנאַליסטן האָבן זיך אַרויסגעזאָגט קעגן ישׂראל אָדער קעגן די אָפּאָזיציע־אַקטיוויסטן, באַטאָנענדיק זייער ייִדישן אָפּשטאַם. דער קאָנגרעס האָט מורא, אַז אין דער געזעלשאַפֿט וואַקסט דער גלײַכגילט צו אַנטיסעמיטישע דעקלאַראַציעס, און אַז אַנטיסעמיטיזם קען, חלילה, אויפֿהערן צו זײַן אַ טאַבו אין דער פּרעסע.