ידיעות פֿון פּאַריז

News From Paris

עפּעזאָד פֿונעם פֿילם Métamorphose d’une mélodie
עפּעזאָד פֿונעם פֿילם Métamorphose d’une mélodie

פֿון שרון בר-כּוכבֿא

Published May 30, 2014, issue of June 20, 2014.

די רעכטע האָבן געוווּנען — די ייִדן זענען פֿאַרזאָרגט

די רעכט־ראַדיקאַלע פּאַרטיי „פֿראָנט־נאַסיאָנאַל‟ האָט באַקומען כּמעט 25 פּראָצענט פֿון די שטימען אין די אייראָפּעיִשע וואַלן אין פֿראַנקרײַך. דאָס איז מער ווי אַלע אַנדערע פּאַרטייען און, דער עיקר, מער ווי די סאָציאַליסטישע פּאַרטיי, וואָס רעגירט איצט און האָט באַקומען נאָר 14 פּראָצענט פֿון די שטימען. די ייִדישע קהילה און אַלע אַנדערע מינאָריטעט־גרופּעס זענען שטאַרק פֿאַרזאָרגט צוליב די רעזולטאַטן, ווײַל די צאָל וויילער, וואָס האָבן אָנטיילגענומען דאָס מאָל, איז גרעסער ווי אין די פֿריִערדיקע וואַלן.


אַטאַקן קעגן ייִדן אין דער פּאַריזער פֿאָרשטאָט קרעטיי

אין דער זעלבער וואָך פֿונעם שרעקלעכן אַטענטאַט אין בריסל, זענען צוויי ייִדן באַפֿאַלן געוואָרן אין קרעטיי, אַ פּאַריזער פֿאָרשטאָט מיט זייער אַ גרויסער ייִדישער קהילה. קיין סך פּרטים וועגן דער אַטאַקע זענען נישט פּובליקירט געוואָרן, אַחוץ דעם, אַז מע האָט אָנגעגריפֿן די צוויי מענער, ווען זיי זענען אַרויס פֿון דער שיל שבת־צו־נאַכטס. צוליב דער אַטאַקע און דעם אַטענטאַט אין בריסל האָט דער אינערן־מיניסטער, בערנאַרד קאַזענעוו, געלאָזט פֿאַרשטאַרקן דעם פּאָליציי־שוץ פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס אין לאַנד, און געזאָגט, אַז ער שטיצט מאָראַליש אַלע קרבנות פֿון אַנטיסעמיטיזם. די קולטור־מיניסטאָרין, אָרעלי פֿיליפּעטי, איז אויך געקומען אויף אַן אָפֿיציעלן באַזוך אינעם ייִדישן מוזיי אין פּאַריז, כּדי צו ווײַזן איר אונטערשטיצונג.


ליאָן: אַ ספּעציעלע אַדוואָקאַטן־גרופּע קעגן קסענאָפֿאָביע און אַנטיסעמיטיזם

די אַדוואָקאַטנשאַפֿט פֿון דער שטאָט ליאָן האָט געשאַפֿן אַ באַזונדערן קאָלעקטיוו, וואָס זאָל זיך ספּעציאַליזירן אין יורידישע פֿאַלן, וואָס האָבן צו טאָן מיט ראַסיזם אָדער אַנטיסעמיטיזם. דאָס איז די ערשטע איניציאַטיוו פֿון דעם מין אין פֿראַנקרײַך. די גרופּע באַשטייט פֿון 13 פֿרײַוויליקע אַדוואָקאַטן, וואָס האָבן באַקומען אַ באַזונדערע אויסשולונג וועגן דיסקרימינאַציע אָדער אַנדערע מינים אויסדרוקן פֿון קסענאָפֿאָביע.

זייער ציל איז צו פֿאַרבעסערן, פֿאַרגרינגערן און פֿאַרגיכערן דעם יורידישן קאַמף קעגן ראַסיזם. זיי ווילן העלפֿן אי אַזעלכע געזעלשאַפֿטן ווי SOS Racisme ,Licra און Ligue des droits de l’Homme, אי פּריוואַטע מענטשן. די מיטגלידער פֿונעם קאָלעקטיוו דערקלערן, אַז אין די לעצטע 8 יאָר זעט מען אַלץ מער און מער נאַציאַנאַליסטישע גרופּעס אין דער געגנט פֿון ליאָן, און די פּאָליציי רעגיסטרירט אַלץ מער און מער אָנקלאָגן וועגן דיסקרימינאַציע בײַ דער אַרבעט אָדער בײַם פֿאַרדינגען דירות. די אַדוואָקאַטן זאָגן, אַז ביז איצטער זענען ס’רובֿ פֿון די פֿאַלן בכלל נישט צוגעשטעלט געוואָרן צו אַ געריכט, ווײַל עס איז זייער שווער צו באַווײַזן, אַז מע האָט עמעצן טאַקע דיסקרימינירט. צוליב דעם, זאָגן די אַדוואָקאַטן, איז נייטיק צו האָבן אַזאַ קאָלעקטיוו ווי זיי, וואָס זאָל גוט קענען דאָס געזעץ אין דעם געביט מיט אַלע פּיטשעווקעס, און געבן גוטע עצות די אָנקלאָגער.


אַ נײַער דאָקומענטאַר „אַ גילגול פֿון אַ ניגון‟

אינעם נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם Métamorphose d’une mélodie, „אַ גילגול פֿון אַ ניגון‟, פֿאָלגן די רעזשיסאָרן קלייר זשורדאַן און פֿאַבריס וואַשער די אינטימע רײַזע פֿון אַ יונגער פֿראַנצייזישער פֿרוי, מיוריעל, וואָס פּרוּווט צו געפֿינען דעם וועג צו דער אַשכּנזישער קולטור פֿון איר משפּחה דורך דער מוזיק.

מיוריעל איז אַ זינגערין. 20 יאָר נאָך דער באָבעס טויט אַנטדעקט זי אַלטע טאַשמעס מיט רעקאָרדירונגען פֿון אומבאַקאַנטע ייִדישע לידער, געזונגען דורך דער באָבען אין אַן אומבאַקאַנטער שפּראַך. נאָר איינס פֿון די לידער האָט זי געקענט פֿון די קינדער־יאָרן. זי פֿילט אַ באַדערפֿעניש צוצואייגענען די קולטורעלע און מוזיקאַלישע ירושה, וואָס מע האָט איר נישט איבערגעגעבן. זי פֿליט קיין קאַנאַדע צו דעם היפּ־האָפּ מוזיקער Socalled, וואָס האָט אַליין דורכגעמאַכט אַן ענלעכן וועג, זוכנדיק די מוזיק־שפּורן פֿון זײַן משפּחה. Socalled און מיוריעל אַרבעטן צוזאַמען איבער אַ ליד, וואָס זאָל צוזאַמענפֿלעכטן איר קול מיט די רעקאָרדירונגען פֿון דער באָבען. דער פֿילם ווײַזט זייער קינסטלערישע אַרבעט און דערציילט אין דער גלײַכער צײַט וועגן זייערע מוזיקאַלישע און פּערזענלעכע זוכענישן און פּרוּוון אויסצופֿילן דעם גרויסן בלויז פֿון שווײַגן.

די ידיעות פֿון פּאַריז, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.