קורדיסטאַן שנײַדט זיך אויף אַ מדינה

The New State of ... Kurdistan?

איראַקער קורדישע פֿרויען קאָכן אין אַ מעטשעט  אין דער קורדישער הויפּשטאָט אַרביל. די פֿרויען זענען אַנטלאָפֿן מיט זייערע משפּחות פֿון אַ פֿאַרכאַפּטער פּראָווינץ.
Getty Images
איראַקער קורדישע פֿרויען קאָכן אין אַ מעטשעט אין דער קורדישער הויפּשטאָט אַרביל. די פֿרויען זענען אַנטלאָפֿן מיט זייערע משפּחות פֿון אַ פֿאַרכאַפּטער פּראָווינץ.

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 27, 2014, issue of July 18, 2014.

פֿרײַטיק, דעם 20סטן יוני, איז אין דעם פּאָרט פֿון דער שטאָט אַשקלון אַרײַן אַ טאַנקער מיט קורדישן נאַפֿט. ישׂראל האָט שוין אַ לאַנגע געשיכטע פֿון ניט-אָפֿיציעלע, פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט די קורדן, בפֿרט איראַקישע, אַזוי אַז ס׳איז גאַנץ לאָגיש צו זען ישׂראל ווי אַ שותּף אין די באַמיִונגען פֿונעם איראַקישן קורדיסטאַן אויפֿצובויען אַן אומאָפּהענגיקן קאַנאַל צו פֿאַרקויפֿן זײַן „שוואַרץ גאָלד‟. ס׳רובֿ לענדער ווילן זיך ניט פֿאַרפֿירן מיט באַגדאַד, אָבער ישׂראל האָט ווייניק וואָס צו פֿאַרלירן — זינט 1948 געפֿינען זיך ביידע לענדער, ישׂראל און איראַק, אין אַ מלחמה-צושטאַנד.

די הצלחהדיקע מיליטערישע אָפּעראַציעס פֿון דער „איסלאַמישער מדינה פֿון איראַק און דעם לעוואַנט‟ האָבן, בינו-לבינו, שטאַרקער געמאַכט די פּאָזיציעס פֿון קורדיסטאַן. ביז אַהער איז עס שוין געווען אַן אויטאָנאָמיע, אַ רעלאַטיוו רויִקע, באַנאַנד מיטן אין-סופֿיקן כאַאָס, וואָס הערשט אין דעם איבעריקן איראַק. קורדיסטאַן האָט אַן אייגענע אַרמיי, „פּעשמערגאַ‟, מיט צוויי הונדערט מיליטער־לײַט, און די פֿאַנאַטישע סוניטישע מיליטער־לײַט פֿון דער „איסלאַמישער מדינה‟ קענען דערווײַל ניט אַרײַן אין די געגנטן אונטער דעם קורדישן קאָנטראָל. נאָך מער: די „פּעשמערגאַ‟ האָט פֿאַרנומען די שטאָט קירקוק, אַ וויכטיקער נאַפֿט-צענטער, אויף וועלכן די קורדן האָבן שוין לאַנג געלייגט אַן אויג.

די רעגירונג פֿון קורדיסטאַן האָט אַנטוויקלט אַ ברייטע פּראָגראַם פֿון שאַפֿן אַ פֿעסטע עקאָנאָמישע באַזע פֿאַר דער געגנט, וואָס וועט אפֿשר, סוף-כּל-סוף, זיך אָפּטיילן פֿון איראַק און ווערן אַ באַזונדערע מלוכה. זינט דעם סוף פֿון סאַדאַם כוסיינס ממשלה האָט די דאָזיקע אַנטוויקלונג דערלויבט צו דערגרייכן גאָר אַ נײַעם, בערך 200 מאָל גרעסערן, ניוואָ פֿון אַרויסבאַקומען נאַפֿט. דערצו איז אין נאָוועמבער 2013 פֿאַרענדיקט געוואָרן די בויונג פֿון אַ נאַפֿטרער, וואָס גיט אַ מעגלעכקייט צו ברענגען דעם אַרויסבאַקומענעם נאַפֿט אין דעם טערקישן פּאָרט קייכאַן, און פֿון דאָרטן — אין דער גאָרער וועלט, אַבי עס זאָלן זיך אויסזוכן קונים.

ווי אַלע זונטיקדיקע צײַטונגען, פֿאַרנעמט די לאָנדאָנער „סאַנדי טײַמס‟ צענדליקער זײַטלעך, צעטיילט אויף סעקציעס; אַ סך פֿון זיי וואַרף איך גלײַך אַרויס, אַפֿילו ניט עפֿנדיק. אין די פֿאַרבליבענע סעקציעס האָבן די געשעענישן אין איראַק פֿאַרנומען אַ היפּש ביסל אָרט — ווייניקער פֿון פֿוסבאָל, מיט קאָמענטאַרן מכּוח דער ממש טראַגישער מפּלה פֿון דער ענגלישער מאַנשאַפֿט אין בראַזיל, אָבער ניט צו פֿאַרגלײַכן מער איידער, אַ שטייגער, וועגן דעם רוסיש-אוקראַיִנישן קאָנפֿליקט.

גרויס-בריטאַניע האָט געהאַט זיך באַטייליקט אין דער קאָאַליציע, וועלכע איז מיט עלף יאָר צוריק אַרײַן אין איראַק, כּדי אַראָפּצוּוואַרפֿן סאַדאַם כוסיין. אַזוי אַז מע רעדט און מע שרײַבט, צי יענע מלחמה איז שולדיק אין דעם איצטיקן מצבֿ, און צי מע דאַרף ווידער קריכן אין דער איראַקישער קראַנקער בעט. די צווייטע, באמת אַן אָנגעווייטיקטע, טעמע איז פֿאַרבונדן מיט די הונדערטער יונגע בריטישע מוסולמענער, וועלכע זײַנען געפֿאָרן קיין סיריע צו שלאָגן זיך אויף דער זײַט פֿון די פֿונדאַמענטאַליסטן, און איצט זעט מען אייניקע פֿון זיי אין איראַק.

דעם סוף-וואָך האָבן מײַן ווײַב און איך פֿאַרבראַכט אין דרום-ענגלאַנד, בײַם ים. און דעם „סאַנדי טײַמס‟ האָט מען מיר געבראַכט אין האָטעל, וווּ מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט. סײַ אין דעם האָטעל און סײַ בײַם ים האָט מען געהערט כּלערליי שפּראַכן און געזען פֿאַרשידענע נאַציאָנאַלע צי רעליגיעזע מינים בגדים. דאָס איז אַן אָרט, באַליבט דורך די חסידים און מאָדערן-אָרטאָדאָקסישע ייִדן. דײַטש, פֿראַנצויזיש, איטאַליעניש, פּויליש און אַזוי ווײַטער ווערט איבערגעמישט מיט אַראַביש און אַנדערע שפּראַכן פֿון אינדיע, פּאַקיסטאַן, באַנגלאַדעש וכ׳ — די שפּראַכן, וועלכע איך קען ניט אידענטיפֿיצירן. די שטימונג איז אַ גוטע, אַ פֿרײַנדלעכע. אַזוי אַז אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, פֿאַר וואָס אַ מוסולמענישער בחור, אַ סטודענט, אַ זון פֿון גאָר ניט מיליטאַנטישע עלטערן, וואַרפֿט אַלץ און פֿאָרט קעמפֿן און אפֿשר שטאַרבן פֿאַר עפּעס אַן אויסגעחלומטן כאַליפֿאַט. עס שרעקט אויך, פֿאַרשטייט זיך, אַז אַזאַ קעמפֿער, מישטיינס געזאָגט, קען זיך אומקערן (און אייניקע האָבן זיך שוין אומגעקערט) און אָנטאָן צרות אין ענגלאַנד גופֿא.

און די דריטע טעמע, פֿאַרבונדן מיט איראַק, איז דער דערפֿאָלג פֿון די בריטישע אונטערנעמער, וועלכע האָבן אַרײַנגעלייגט געלט אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער נאַפֿט-אינדוסטריע אין קורדיסטאַן. דאָס איז, אין אַ גרויסער מאָס, אַ בריטישער פּראָיעקט. דער מענטש, וואָס פֿירט אָן מיט דער דאָזיקער אינדוסטריע אין דער קורדישער רעגירונג, איז אויך אַ שטיקל בריטישער. אַשטי האַוראַמי האָט לאַנגע יאָרן געוווינט אין בריטאַניע, וווּ ער האָט פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע, טאַקע אין דעם געביט פֿון נאַפֿט-אינזשענירונג, און זיך אַרויפֿגעאַרבעט אין דעם פֿאַך.

דורך אויפֿבויען און פֿאַרזיכערן אַן עקאָנאָמישן יסוד, האָבן די פֿירער פֿון קורדיסטאַן זיך צוגעגרייט צו אַ מאָמענט, ווען עס וועט זיך באַווײַזן אַ שאַנס איבערצוהאַקן דעם נאָפּלשנור, וואָס פֿאַרבינדט קורדיסטאַן מיט באַגדאַד; בפֿרט נאָך, אַז די איצטיקע רעגירונג פֿירט זיך אויף גלײַך ווי זי שטעלט פֿאָר נאָר די אינטערעסן פֿון די שיִיִטישע אַראַבער. גלײַכצײַטיק קען אַן אומאָפּהענגיקער קורדיסטאַן ברענגען נײַע פּראָבלעמען, ווײַל נאָר אַ קליינער חלק פֿון די קורדן, 5 מיליאָן פֿון די בסך-הכּל 40 מיליאָן, באַפֿעלקערן די איראַקישע געגנטן. די איבעריקע זײַנען קאָנצענטרירט אין טערקײַ, איראַן און סיריע.

אַ סבֿרא, אַז ישׂראל וואָלט ניט געווען קעגן דעם, עס זאָל זיך אויף דער מאַפּע באַווײַזן אַ פּאָטענציעל פֿרײַנדלעכע מדינה — קורדיסטאַן, בעסער מיט אַ טייל פֿון סיריע אין איר באַשטאַנד.