ניסים פֿון אַ פּאַרטיזאַנערקע

Miracles of a Jewish Partisan Girl

חיהלע פּאַלעווסקי
חיהלע פּאַלעווסקי

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published July 10, 2014, issue of August 01, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 5)

אין נאַראָטשער וואַלד האָבן זיי מיט עטלעכע אַנדערע פּאַרטיזאַנער זיך געוואָנדן צום קאָמאַנדיר מאַרקאָוו, פֿאָרלייגנדיק, ער זאָל אָנשרײַבן אַ בריוו צום עלטסטן פֿונעם ווילנער יודנראַט, יעקבֿ גענס, אַרויסצולאָזן וויפֿל יוגנטלעכע ער קען, כּדי צו גיין קעמפֿן אין די פּאַרטיזאַנער רייען. מאַרקאָוו האָט מסכּים געווען, און באַשטימט דרײַ פּאַרטיזאַנער — שיקע געטמאַן, משהקע שוטאַן און חיהלע פּאָרוס, צוריקצוגיין אין ווילנער געטאָ און אַרויספֿירן די באַוואָפֿנטע גרופּעס.

די דרײַ האָבן געבראַכט דעם בריוו גענסן, וועלכער האָט מסכּים געווען, און אין גיכן האָט די גרופּע אַרויסגעפֿירט דרײַסיק יוגנטלעכע פֿון דער געטאָ צו אַ דערבײַיִק וועלדל. בײַם אַרויסגיין פֿון דער געטאָ האָט אָבער גענס׳ רעכטע האַנט, סאַלק דעסלער, געמסרט די גרופּע, און מיט אַ מאָל זענען די יוגנטלעכע באַשאָסן געוואָרן פֿון אַלע זײַטן. חיהלען איז אַ קויל פֿאַרבײַגעפֿלויגן און איר אַראָפּגעשאָסן דאָס היטל.

די ייִדישע פּאַרטיזאַנער האָבן אָבער נישט לאַנג עקזיסטירט ווי אַ ייִדישער אָטריאַד — צום טייל צוליב דעם געפֿערלעכן אַנטיסעמיטיזם, אַפֿילו צווישן די פּאַרטיזאַנער — און די גרופּע האָט זיך אײַנגעגלידערט אין סאָוועטישע אָפּטיילונגען. און דערנאָך איז ווידער פֿאָרגעקומען אַ טראַגעדיע. אונטער שיקעס פֿירערשאַפֿט, האָט אַ גרופּע פּלאַנירט אונטערצוצינדן די הויפּט עלעקטרישע סטאַנציע אינעם שטעטל לינטופּ, נישט ווײַט פֿון סווענציאַן. זיי האָבן זיך אָפּגעשטעלט בײַם הויז פֿון אַ פּויער, אַ פֿאַרבינדלער, כּדי איבערצונעכטיקן, און ער האָט זיי צוגעגרייט אַ מאָלצײַט. דערווײַל איז אַ מיידעלע פֿון אַ צווייטן פּויער, אַ רײַכן, געלאָפֿן זיי מסרן אין דער פּאָליציי. אין גיכן איז דאָס הויז באַשאָסן געוואָרן פֿון אַלע זײַטן. שיקע איז אויך געפֿאַלן, און כאָטש ער האָט זיך נישט געקענט באַוועגן, האָט ער באַוויזן צו וואַרפֿן אַ גראַנאַט און אָפּווענדן די שיסערײַ. נישט־וועלנדיק אַרײַנפֿאַלן אין די הענט פֿונעם שׂונא, האָט שיקע זיך אַליין אַרײַנגעשאָסן אַ קויל אין שטערן.

שיקעס טויט איז פֿאַר חיהלען געווען אַ ביטערער קלאַפּ. זי האָט אָבער נישט געהאַט קיין צײַט צו טרויערן און האָט אָנגעהויבן אַרבעטן בײַ די פֿאַרוווּנדיקטע פּאַרטיזאַנער, געבן זיי מעדיצינישע הילף.

„כ׳האָב געהאָלפֿן די דאָקטוירים באַנדאַזשירן, גיבן מעדיצינען. פֿאַר די פֿאַרוווּנדיקטע, וועלכע האָבן געקראָגן קרעץ פֿון די אָפֿענע וווּנדן, האָבן מיר געמאַכט אַ שמירעכץ פֿון חזיר־פֿעטס און אויפֿרײַס־מאַטעריאַל. דער איינציקער דעזינפֿעקציע־מיטל איז געווען וואָדקע.‟

חיהלע האָט אָבער נישט בלויז געהיילט זייערע פֿיזישע וווּנדן; זי האָט זיי אויך אַרויסגעהאָלפֿן גײַסטלעך. „אַנדערע האָבן אָנגעהויבן זיך מאַכן קראַנק, בלויז כּדי צו קענען רעדן מיט מיר, זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרצן. כ׳בין געווען ווי אַ פּסיכאָלאָג פֿאַר זיי, געהאַט אויערן פֿאַר אַלעמען.‟