ייִדן־האַס פֿון רעכטס און פֿון לינקס

Anti-Semitism From the Right and the Left

אַלען דערשאָוויץ
אַלען דערשאָוויץ

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published July 11, 2014, issue of August 01, 2014.

מיר ייִדן ווידמען אין חודש אַפּריל אונדזערע קדושים וואָס זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן. מיט זייער אַוועקגיין האָט די וועלט אָבער נישט אויסגעראָטן דעם ביטערן אַנטיסעמיטיזם. מיר ייִדן זײַנען שוין ווידעראַמאָל אין געפֿאַר.

דער אַטיסעמיטיזם מוז פֿאַרמאָגן איבערנאַטירלעכע כּוחות צו זײַן בכּוח אָנצושטעקן כּמעט אַ גאַנצע וועלט דערמיט. הײַנט דריקט עס זיך אויך אויס אין אַנטי־ציוניזם, די זעלבע יענטע נאָר אַנדערש געשלײַערט.

זעט אויס אַז קנאה און שׂנאה זײַנען אַ סיאַמער צווילינג, אָדער אפֿשר איז די מענטשהײַט געפֿורעמט מיט אַ צוגאָב האַס־„מאַלעקול‟, וואָס ווערט אַקטיוויזירט מיט יעדן זון־אויפֿגאַנג.

אַלען דערשאָוויץ איז אַ באַקאַנטע פֿיגור אין אַמעריקע. ער איז פּראָפֿעסאָר פֿון יוריספּרודענץ אין האַרוואַרדער אוניווערסיטעט, שטעלט זיך אײַן פֿאַר די געקריוודעטע און האַלט אַן אויג אויף דער לאַגע פֿון ייִדן — נישט נאָר אין אַמעריקע נאָר איבער די ארבעה פּינות העולם.

אַלען דערשאָוויץ מאַכט ממש אַ טרעוואָגע, און אַלאַרמירט אונדז ייִדן צו שטיין אויף דער וואַך, זינט דעם הײַנטיקן גוט אַנטוויקלטן אַנטיסעמיטיזם. ער האַלט אַז דער ייִדן־האַס באַהאַלט זיך הײַנט צו טאָג אונטער דער מאַסקע פֿון אַנטי־ציוניזם אין מערבֿ־אייראָפּע, און אַז מען דאַרף אויפֿדעקן דאָס פֿאַרבלענדעניש, אַז די פֿראַנצייזן, האָלענדער, נאָרוועגיער, שווײַצער, בעלגיער, עסטרײַכער און אַ שלל אייראָפּעיער זענען נישט געווען שולדיק אינעם חורבן; אַז דער חורבן איז דורכויס אַדורכגעפֿירט געוואָרן פֿון די דײַטשע נאַציס, מיט דער הילף פֿון די פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, לאַטוויער, ליטווינער און עסטאָנישע קאָלאַבאָראַטאָרן.

אַלען דערשאָוויץ טענהט, אַז די נאַציס האָבן מיטגעאַרבעט מיט די פֿראַנצויזן, האָלענדער, נאָרוועגיער, שווײַצער, בעלגיער, עסטרײַכער, און די אייראָפּעיער, סײַ אין מערב און סײַ אין מזרח לענדער אין אייראָפּע.

אויב די פֿראַנצייזישע רעגירונג וואָלט נישט דעפּאָרטירט מער ייִדן פֿון דעם וואָס די דײַטשן האָבן געפֿאָדערט, אויב נישט אַזוי פֿיל האָלענדער און בולגאַרער בירגער און רעגירונגס־אָנגעשטעלטע וואָלטן נישט קאָאָפּערירט מיטן צונויפֿזאַמלען די ייִדן, אויב נישט אַזאַ גרויסע צאָל נאָרוועגיער וואָלטן זיך נישט געשטיצט אויף זייערע מיט־מענטשן, אויב די שווײַצאַרישע רעגירונג מיט די באַנקירער בראש וואָלטן נישט עקספּלואַטירט די ייִדן, אויב עסטרײַך וואָלט נישט געווען מער נאַצי ווי די נאַציס, און אויב אַמעריקע וואָלט נישט געשלאָסן די גרענעצן פֿאַר די אומגליקלעכע ייִדן אין צײַט פֿון דער מלחמה, וואָלטן די ייִדן נישט געליטן אַזאַ קאַטאַסטראָפֿע.