אַ רײַזע אין ייִדישלאַנד

A Trip to Yiddishland

די יונגע אָנטײל-נעמער אױף דער „רײַזע אין ייִדישלאַנד”
Dmitri Zisl Slepovitch
די יונגע אָנטײל-נעמער אױף דער „רײַזע אין ייִדישלאַנד”

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published July 15, 2014, issue of August 01, 2014.

שוין צום זעקסטן מאָל האָבן זיך פֿאַרזאַמלט די ייִדיש־סטודענטן, קינסטלער, לערער און סתּם ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך אינעם „אַרבעטער־רינגס‟ זומער־לאַגער „סירקל־לאָדזש‟ אין האָפּוועל דזשאָנקשאָן, ניו־יאָרק, כּדי צו באַטייליקן זיך אין דער פּראָגראַם „אַ רײַזע אין ייִדישלאַנד‟. די פּראָגראַם, וואָס מע פֿלעג רופֿן „אַ וואָך אין ייִדישלאַנד‟, האָט זיך פֿאַרגרעסערט אין די לעצטע פּאָר יאָר און דויערט שוין מער ווי בלויז איין וואָך. הײַיאָר איז זי פֿאָרגעקומען פֿונעם 1טן ביזן 12טן יולי.

די פּראָגראַם האָט אַרײַנגענומען טאָג־טעגלעכע שפּראַך־קלאַסן אויף פֿיר ניוואָען, ווי אויך אַ טאָג־טעגלעכן קלאַס פֿון ייִדישע טענץ מיט סאָניע גאַלאַנץ; אַ טאָג־טעגלעכער קלאַס פֿון ייִדישע זינגלידער, אָנגעפֿירט פֿון זיסל סלעפּאָוויטש, און אַ טעגלעכער וואַרשטאַט מיט מאָטל דידנער, כּדי זיך אויסצולערנען ווי אַזוי צו שפּילן ייִדישן טעאַטער. אין די אָוונטן האָט מען דורכגעפֿירט ספּעציעלע פּראָגראַמען; צווישן זיי — אַ וואָרט־קאָנצערט פֿון שיין בייקער, מוזיקאַלישע קאָנצערטן פֿון זיסל סלעפּאָוויטש, אינאַ באַרמאַש און מײַדאַ פֿײַנגאָלד, ווי אויך אַן אָוונט, געווידמעט דעם לעבן און שאַפֿן פֿון אַבֿרהם סוצקעווער. ווי עס פּאַסט פֿאַר אַזאַ לאָקאַל ווי „סירקל־לאָדזש‟, האָבן די אָנטיילנעמער אויך פֿאַרבראַכט אַ סך צײַט אויף דער זון און געשיפֿלט אויף דער וווּנדערלעכער אָזערע.

איך בין אַליין געפֿאָרן אין „ייִדישלאַנד‟, צו געבן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם „פֿאָרווערטס‟. אַחוץ מײַן אויפֿטריט, האָב איך פֿאַרבראַכט ס׳רובֿ פֿון מײַנע 24 שעה דאָרטן מיט אַנדערע יונגע־לײַט, וואָס זענען געקומען פֿון איבער גאַנץ אַמעריקע, ווי אויך פֿון ווײַטערע מקומות, אַזעלכע ווי מעקסיקע און בראַזיל, כּדי צו פֿאַרבעסערן זייער ייִדיש און געניסן פֿון דער פּראָגראַם. אַדריאַן סילווער, איינער פֿון אָט די יונגע־לײַט איז אַ טענצער און אַקטיאָר פֿון ניו־יאָרק, וואָס קומט שוין דאָס דריטע מאָל אין „ייִדישלאַנד‟. ווי אַ קינד, האָט ער געהערט ייִדיש אין דער היים פֿון דער באָבען און נאָך איר טויט האָט ער געפֿילט, אַז ער מוז ווײַטער אָנגיין מיטן לערנען זיך ייִדיש. אויף מײַן פֿראַגע, פֿאַר וואָס קומט ער אין „ייִדישלאַנד‟ שוין דאָס דריטע מאָל, האָט ער דערקלערט, אויף ייִדיש, אַז „ס׳איז מײַן באַליבטסטע פּראָגראַם אויף דער וועלט‟; ווײַל „ס׳איז אַ שיין אָרט מיט גוטע מענטשן, וווּ מע פֿילט זיך ווי אַ גרויסע משפּחה. ס׳איז אויך, פֿאַרשטייט זיך, אַ כּבֿוד צו קענען לערנען זיך בײַ אַזאַ ייִדיש־קענערין ווי חוה (לאַפּין). איך האָב אויך ליב צו טאַנצן אין דרויסן בײַ נאַכט אונטער דער לבֿנה־שײַן‟.

סאָניע גאַלאַנץ טאַנצט מיט אַ פֿלעשל, בעת דער פּראָגראַם
סאָניע גאַלאַנץ טאַנצט מיט אַ פֿלעשל, בעת דער פּראָגראַם

אויף דער פֿראַגע, מיט וואָס איז „ייִדישלאַנד‟ אַנדערש פֿון אַנדערע פּראָגראַמען פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור, האָט אַדריאַן דערקלערט: „עס געפֿעלט מיר ווי ייִדיש בײַט דאָס געפֿיל פֿונעם אָרט. מע ווערט דאָ ניט געצוווּנגען צו רעדן ייִדיש ווי אויף דער ׳ייִדיש־וואָך׳, דערפֿאַר זענען די אינדיווידועלע באַציִונגען צו ייִדיש מער קאָמפּליצירט. דאָ איז ייִדיש אַ טייל פֿון דער געמיינזאַמער קולטורעלער ירושה, און ניט דווקא שטענדיק די גערעדטע שפּראַך ווי אויף דער ׳ייִדיש־וואָך׳. כאָטש ייִדיש פֿאַרבינדט דאָ אַלעמען, זענען די אופֿנים, ווי אַזוי מע באַציט זיך דאָ צו ייִדיש, גאַנץ פֿאַרשידנאַרטיקע.‟

נאָך איינע פֿון די יונגע ייִדישיסטקעס, סאָניע גאַלאַנץ, אַ גראַדויִר־סטודענטקע בײַם פּענסילוואַניער אוניווערסיטעט, פֿירט דאָ אָן מיט די טענץ־קלאַסן. אירע אײַנדרוקן פֿון דער פּראָגראַם האָט זי אויך איבערגעגעבן אויף ייִדיש: „ס׳איז אַ מחיה צו לערנען טענץ מיט מענטשן, וואָס האָבן געקענט די בעסטע טענץ־מײַסטער פֿון אַמאָל. איך האָב ניט בלויז די געלעגנהייט איבערצוגעבן אַנדערע דאָס וואָס איך קען, נאָר אויך זיך צו לערנען דאָס, וואָס אַנדערע קענען און געדענקען וועגן טענץ. ס׳איז אויך שיין, וואָס איך האָב די געלעגנהייט צו שמועסן וועגן ייִדישע טענץ אויף ייִדיש.‟

וואָס שײך אירע געפֿילן וועגן איר „רײַזע אין ייִדישלאַנד‟ האָט סאָניע דערקלערט, אַז „ס׳פֿילט זיך אַ ביסל, ווי איך קום אַהיים, ווײַל די באָבע האָט זיך געלערנט ייִדיש אין דעטרויט, כּדי צו שרײַבן בריוו צו איר אייגענער באָבען. זי האָט ניט פֿליסיק געקענט ייִדיש, אָבער זי האָט זיך יאָ געלערנט ייִדיש בײַם ׳אַרבעטער־רינג׳. זי איז געווען זייער צופֿרידן צו הערן, אַז איך פֿאָר אין ׳ייִדישלאַנד׳. אפֿשר קען איך זי איבערעדן, זי זאָל קומען דאָס קומענדיקע יאָר‟.

גלײַך פֿאַר דעם, וואָס די באַטייליקטע האָבן געגעסן וועטשערע, האָבן סאָניע און אַדריאַן רעפּעטירט אַ טאַנץ צוזאַמען, וואָס זיי האָבן אַליין כאָרעאָגראַפֿירט. רעדנדיק אויף ייִדיש צווישן זיך, האָבן זיי אויספּרובירט אַ פּאָר פֿאַרשידענע וואַריאַציעס פֿון זייער רעפּערטואַר, און געזוכט מוזיקאַלישע אויסצוגן צוצופּאַסן צו אים. זיי טאַנצן צוזאַמען אַ טאַנגאָ, ביז אַדריאַן הייבט בײַ סאָניען בכּיוון אויף אַ טייל פֿונעם קליידל, און זי (אויך בכּיוון) גיט אים אַ פּאַטש איבער דער האַנט. נאָך דער אינטריגע ווערט דער טאַנגאָ פֿאַרוואַנדלט אין אַן אַלטן ייִדישן „ברוגז־טאַנץ‟, אין וועלכן די טענצער מאַכן דעם אָנשטעל, אַז זיי זענען צעקריגט איינער מיטן אַנדערן. אַזוי, דורך הומאָר, ווערן צונויפֿגעפֿירט אין איין טאַנץ צוויי היפּוכדיקע קולטור־פֿאַרעמס.

צוליב דעם, וואָס „די רײַזע אין ייִדישלאַנד‟ ציט צו אַ קינסטלערישן עולם, זענען סאָניע און אַדריאַן ווײַט ניט געווען די איינציקע, וואָס האָבן אַ סך רעפּעטירט פֿאַרן אָפֿענעם קאָנצערט, געווידמעט דעם אָנדענק פֿון חנה קופּער און פּסח פֿישמאַן. אויף שריט און טריט האָט מען געהערט די פֿאַרשידענע לידער, סקיצן און ליטעראַרטישע פֿאָרלייענונגען, וואָס מע האָט בדעה געהאַט פֿאָרצושטעלן אויפֿן קאָנצערט.

מיכאל באַראָן רעדט פֿאַרן עולם
Dmitri Zisl Slepovitch
מיכאל באַראָן רעדט פֿאַרן עולם

צו אַן אַנדער מין אָוונט האָט זיך צוגעגרייט מיכל באַראָן, דער לאַנג־יאָריקער מיטאַרבעטער פֿון „אַרבעטער־רינג‟; ער האָט רעפּיטירט אַ ליד אינעם פּאַוויליאָן גלײַך פֿאַר דער אָזערע. אין צווישן זײַנע טרעפֿונגען מיט די קעמפּ־קינדער פֿון „קינדער־רינג‟, מיט וועלכע ער לערנט ביבלישע מעשׂיות, האָט ער געזונגען סטראָפֿעס פֿון מרדכי געבירטיגס „עס ברענט‟, כּדי זיך צוצוגרייטן צום אָוונט, געווידמעט דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. באַראָן דינט די קעמפּערס סײַ ווי אַ לערער און סײַ ווי אַ מין זיידע, אַ לעבעדיקער עדות פֿונעם פֿאַרמלחמדיקן ייִדישן לעבן. בעת אַ שמועס מיט אַ גרופּע אַכט־ און נײַן־יאָריקע ייִנגלעך, האָט באַראָן באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון געדענקען דעם חורבן און די ראָלע, וואָס ייִדישע קינדער שפּילן אינעם קולטורעלן המשך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

צוליב דעם וואָס די „ייִדישלאַנדניקעס‟ האָבן זיך אויך באַטייליקט אינעם הכּזרה־אָוונט — אַ שלוס־אָוונט פֿון דער גאַנצער פּראָגראַם, האָט די אונטערנעמונג געטראָגן אַ צווישן־דורותדיקן כאַראַקטער, מיטן אָנטייל פֿון קליינע קינדער, יונגטלעכע און עלטערע לײַט, ווי אויך ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. אַזוי אַרום זענען די „ייִדישלאַנדניקעס‟ געוואָרן אַ טייל פֿון דער ברייטערער קהילה אינעם לאַגער און אויך, צוזאַמען מיט די קעמפּערס, אַ סימבאָל פֿון אַ קולטורעלן המשך.