אַ געשיכטע פֿון ייִוואָ

A history of YIVO

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published July 18, 2014, issue of August 15, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

און דווקא ווײַנרײַך איז געוואָרן דער אמתער טאַטע פֿון דעם נײַעם אינסטיטוט. ער האָט פֿאַרוואַנדלט דעם, אין תּוך אַרײַן, אוטאָפּישן פּלאַן אין אַ רעאַלער, טעטיקער אינסטיטוציע. דער דאָזיקער פּראָצעס פֿון „פֿאַרוואַנדלען‟ איז כּולל געווען אַ סך קאָמפּאָנענטן. למשל, וווּ דער נײַער אינסטיטוט זאָל אויפֿבויען די הויפּטקוואַרטיר אירע? בײַם אָנהייב, האָט מען דאָך וועגן ווילנע כּמעט ניט גערעדט, מע האָט געהאַלטן, אַז ניט דער קבצנישער „ירושלים ד‘ליטא‟, נאָר בערלין צי אַן אַנדער מערבֿ-אייראָפּעיִשע שטאָט איז געווען דער ריכטיקער און לײַטישער אַדרעס פֿאַר אַזאַ אַקאַדעמישן צענטער.

ד”ר קוזניץ באַשרײַבט פּרטימדיק, ווי דער אינסטיטוט האָט געפּרוּווט אָנטאַפּן די ריכטונג פֿאַר זײַן וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט. צו פֿאָרשן די אַלטע תּקופֿה אָדער זיך קאָנצענטרירן אויף דער הײַנטצײַטיקייט? צו ווערן אַ „העלפֿאַנדביין-טורעם‟, אַ ייִדישיסטישע יבֿנה אָדער בלײַבן ענג פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכקייט, מיט אירע לערן-אינסטיטוציעס און, בכלל, מיט די מאַסן? וואָס צו פֿאַרשטיין ווי די „מאַסן‟, דעם אַרבעטער, דעם „האָרעפּאַשניק‟ (ווי עס האָבן געוואָלט די סאָציאַליסטן), אָדער זיך ניט מיאוסן צו האָבן „בורזשואַזע עלעמענטן‟ צווישן די מיטאַרבעטער? עס זײַנען געווען אויך אַנדערע האַרבע פֿראַגעס. אַזעלכע ווי די באַציִונגען מיט פּאָליטישע שטראָמען, מיט פֿרומע קרײַזן, מיט מלוכישע אינסטיטוציעס, מיט אויסלאַנד וכ‘.

שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס מע האָט געמוזט קריגן געלט, און דאָס האָט דווקא אָפֿט מאָל געגעבן אַן ענטפֿער אויף אַנדערע פֿראַגעס. דאָס בוך ווײַזט, ווי אַזוי דעם אינסטיטוט האָט זיך אײַנגעגעבן צו „טאַנצן אויף אַ סך חתונות‟, און כאָטש צו מאָל האָט עס געמיינט אויך צו ספּאָטיקען זיך, איז דער אינסטיטוט געגאַנגען פֿון דעסטוועגן פֿאָרויס, ווערנדיק אַ שם-דבֿר אין דעם ייִדישן קולטור-לעבן.

אַ שיינע מתּנה מצד ד”ר קוזניץ האָט ערבֿ זײַן יוביליי באַקומען דער ייִוואָ, ווי אויך יעדער איינער, וואָס אינטערעסירט זיך מיט ייִדישער געשיכטע.