„נטרונא‟: פֿאַררעטער אָדער קליינע מוחות?

The Anti-Zionist Hasidim – Traitors or Fools?

„נטרונא‟ איז אַן אָפּצווײַג פֿון די אַנטי־ציוניסטישע חסידישע אָרגאַניזאַציע „נטורי־קרטא‟. אויפֿן בילד: רביים פֿון „נטורי־קרטא‟ דעמאָנסטרירן קעגן דער ישׂראלדיקער אָפּעראַציע אין עזה, דעם 2טן אויגוסט, אין וואַשינגטאָן
Getty Images
„נטרונא‟ איז אַן אָפּצווײַג פֿון די אַנטי־ציוניסטישע חסידישע אָרגאַניזאַציע „נטורי־קרטא‟. אויפֿן בילד: רביים פֿון „נטורי־קרטא‟ דעמאָנסטרירן קעגן דער ישׂראלדיקער אָפּעראַציע אין עזה, דעם 2טן אויגוסט, אין וואַשינגטאָן

פֿון ואיה וענה

Published August 05, 2014, issue of August 29, 2014.

אין די לעצטע טעג האָט מען געקענט הערן איבער די נײַעס-קאַנאַלן אויף דעם ראַדיאָ אַ „מעסעדזש‟ פֿון דער „נטרונא‟־אָגאַניזאַציע, וואָס האָט זיך געהערט בערך אַזוי: „מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך אינמיטן אַן אָפּעראַציע קעגן די פּאַלעסטינער, און דאָס לייגט די ייִדן איבער דער גאַנצער וועלט אַרײַן אין אַ סכּנה. דערפֿאַר איז וויכטיק, אַז די וועלט זאָל וויסן — ציוניזם דאַרף ווערן אָפּגעטיילט פֿון ייִדישקייט. מדינת־ישׂראל האָט נישט דאָס רעכט צו רעדן אין נאָמען פֿון דעם אַלוועלטלעכן ייִדנטום וויבאַלד מיר דערקלערן אָפֿן, אַז זיי זענען נישט אונדזערע פֿאַרטרעטער. להיפּוך פֿון די ציוניסטן, זענען מיר דווקא געטרײַ פֿאַרן פּרעזידענט אָבאַמאַ און זיין שליח דזשאָן קערי, און מיר זענען געטרײַ צו דער אַמעריקאַנער רעגירונג. אויב איר ווילט וויסן מער וועגן דעם, באַזוכט אונדזער וועבזײַטל…‟

קען זײַן, אַז איר זענט צעמישט, ווי פּלוצעם אָבאַמאַ מיט קערי קומען דאָ אַרײַן אינמיטן דערינען? איז לאָמיר אײַך מסביר זײַן, אַז די „נטרונא‟ לעבט נאָך מסתּמא מיט אַ צוריקגעשטאַנענער היסטאָריע, אין וועלכער די געטרײַשאַפֿט פֿון אַ מענטש צו זײַן לאַנד מוז זיך אויסדריקן דורך דער געטרײַשאַפֿט צום „קעניג‟; און דערפֿאַר זענען מיר מחוייבֿ צוליב דער „גזירת הגלות‟ צו שווערן געטרײַשאַפֿט צו אַדונו המלך, פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, ירום־הודו. די „נטרונא‟ ווייסט מסתּמא נישט, אַז אין אַ דעמאָקראַטישער סיסטעם מאַכט עס גאַנץ קנאַפּ אויס, וואָס איר האַלט וועגן דעם פּרעזידענט און זײַן אויסערן־מיניסטער. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס דעמאָנסטרירט אַ גאַנץ באַדײַטנדיקע מאָס פֿון שמאָלקעפּיקייט מצד דער אָרגאַניזאַציע. נאָר צום ווייטיק, קען אַ שמאָלקעפּיקער אויך זייער צונוץ קומען פֿאַר אַנטיסעמיטן, און דאָס איז גענוג, כּדי צו שעדיקן דאָס ייִדישע פֿאָלק, חלילה.

דער מציאות איז, אַז די ציוניסטישע מדינה איז שוין אַ געשעענער פֿאַקט, און אין אירע גרענעצן לעבן אַרום פֿינף מיליאָן ייִדן. ווען „נטרונא‟ רופֿט אויס צו דער אַלגעמיינער וועלט: „מיר שאָקלען זיך אָפּ פֿון ישׂראלס עקזיסטענץ, וויבאַלד דאָס איז אַ פֿאַרברעכן‟, — איז אַפֿילו אויב מיר זאָלן אָננעמען, אַז די אַנטיסעמיטן איבער דער וועלט פֿאַלן טאַקע אָן אויף ייִדן נאָר צוליב די פֿאַרברעכנס פֿון דער מדינה, און ס’איז נישט בלויז אַ שלייער, וואָס זיי נוצן, כּדי צו קענען אויסגיסן זייער שׂנאה אויף דער עפֿנטלעכקייט, וועט דאָך אָבער אַזאַ דערקלערונג גאָרנישט אויפֿטון, צו באַרויִקן די שׂונאי־ישׂראל, ווײַל סוף־כּל־סוף, זענען דאָך פֿאַראַן מיליאָנען ייִדן, וואָס געבן יאָ אַ האַנט צו דעם „גרויסן ציוניסטישן פֿאַרברעכן‟.

וואָס די פּראָפּאַגאַנדע טוט אויף איז נאָר דאָס, אַז די שׂונאי־ישׂראל קענען יעצט נוצן אַ געלונגענעם מקור ווי איבערצוּווײַזן, אַז זיי זענען גערעכט מיט זייערע אַנטיסעמיטישע טענות, דורכן זאָגן: „אָט, זעסטו דאָך, אַז אַפֿילו די ייִדן זאָגן, אַז מדינת־ישׂראל איז אַ שטיק פֿאַרברעכן…‟ די „רחמנותדיקע‟ אַנטיסעמיטן איבער דער וועלט זענען נישט אַזוי שמאָלקעפּיק, ווי „נטרונא‟, און זיי פֿאַרשטייען גאַנץ גוט, אַז „נטרונא‟ איז נישט מער ווי אַן עקסטרעמיסטישע גרופּע, וואָס געפֿינט זיך ערגעץ אין אַ ווינקל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, אָבער ווען ס’וועט קומען צו נוצן זייערע טענות קעגן ייִדן, דאָרט וועט אַוודאי „נטרונא‟ געבראַכט ווערן ווי „די עדות פֿונעם פֿאַרברעכער קעגן זיך אַליין‟.
אויפֿן וועבזײַטל פֿון „נטרונא‟ שטעלן זיי אַרויס זייער ציל אַזוי: „אונטערברענגען מדינת־ישׂראל זענען מיר נישט בכּוח, אָבער מיר זענען ווייניקסטנס בכּוח אויסצוליידיקן די מדינה פֿון איר ייִדישן אינהאַלט. אויב אַלע פֿרומע ייִדן וועלן זיך אָפּזאָגן פֿון דער מדינה, וועט זי ממילא פֿאַרלירן דעם ייִדישן אינהאַלט; און מ’וועט מער נישט האַלטן די ייִדן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם, וואָס די ׳ציוניסטן׳ טוען.‟ אָט די וויזיע פֿון „נטרונא‟ איז נאָר איינע פֿון נאָך אַ צאָל אומזיניקע וויזיעס, וואָס פֿיגורירן איבער זייער וועבזײַטל, וואָס צײַגן ווידער די תּמימות, מיט וועלכע זי שפּײַזט זיך, לעבנדיק אינגאַנצן אין אַ רעאַליטעט, וואָס געהערט גאָרנישט צו אונדזער פּלאַנעט.

לאָמיר דאָ ברענגען נאָר אַ קליינע סטאַטיסטיק: איבער פֿופֿציק פּראָצענט פֿון דעם אַמעריקאַנער [רעפֿאָרמיסטישן און וועלטלעכן] ייִדנטום האָבן חתונה מיט נישט-ייִדן. אין ארץ-ישׂראל ווידער זענען שוין הײַנט דאָ אַ פּאָר הונדערט טויזנט בעלי־תשובה (!), אַ צייכן, אַז דאָס לאַנד דערפֿירט צוריק צו ייִדישקייט, צוליב איר עצם־מציאות. ס’איז אוממעגלעך צו פֿאַרגלײַכן די אויסגעטריקנטע ייִדישקייט פֿון „לי עוועניו‟ און „ראַדני‟, וואָס דאָס איז שוין די חרדישע ייִדישקייט אין אַמעריקע, צו דער אויפֿגעלעבטער ייִדישקייט, וואָס שפּראָצט אַרויס, ווען מ’דערזעט זיך מיט אַ תּנ”כיש מציאות אויף דער הייליקער ערד, סמוך־ונראה פֿון די טײַערסטע ייִדישע פּלעצער.

אָפּגעזען אינגאַנצן, ווי אַזוי מיר ווילן דאָס דערקלערן על-פּי דעם ויואל משה, איז עס אָבער למעשׂה אַ מציאות, פֿון וועלכן מיר קענען נישט אַנטלויפֿן. פֿון די פֿרײַע ייִדן אין ארץ-ישׂראל גיסט זיך דער נאָמען פֿונעם באַשעפֿער אויף די ליפּן מער ווי אויף די גאַסן פֿון מאַנראָ און וויליאַמסבורג, וווּ דער קאָפּ שטייט נאָר אויף געפּאַסטע קליידער און ווערעמדיקע „סטראָבעריס‟־טרוסקאַווקעס.

איידער די סאָלדאַטן זענען אַרויס אויפֿן פֿראָנט אינעם איצטיקן קריג, האָבן זיי זיך אַרויסגעלאָזט אין פֿײַערלעכע טענץ, זינגענדיק וועגן אמונה אינעם באַשעפֿער. זעענדיק דאָס אויף אַ „קליפּ‟, וואָס איז אַרומגעלאָפֿן אויף דער אינטערנעץ, זענען מיר די אויגן פֿײַכט געוואָרן. איך בין מודה, אַז מיר האָט מען אין חדר נישט אַרײַנגעבלאָזן אַ צענטל פֿון אָט דער טיפֿער אָנערקענונג אין געטלעכער השגחה, און איך האָב געקוקט מיט טיפֿער קינאה אויף די ייִדישע סאָלדאַטן. איך האָב צוגערופֿן מײַנע קינדער, אַז זיי זאָלן דאָס זען, איך האָב זיי אַפֿילו געמוטיקט מיטצוטאַנצן פֿונדערווײַטנס; און נאָר געהאָפֿט, אַז אין זיי זאָל זיך איבערפֿלאַנצן דירעקט די ייִדישע התלהבֿות, וואָס שטראַלט פֿון די הערצער פֿון אונדזערע סאָלדאַטן אין ארץ-ישׂראל. איך ציטער נאָר, אַז די צעטלעך פֿון די מוסדות קעגן טעכנאָלאָגיע, קליידער, צניעות, ווערעם, און אַוודאי קעגן ציוניסטן, אַגודיסטן, א.א.וו. — זאָלן נאָר נישט אויסרײַסן בײַ זיי די געפֿילן צום ייִדישן פֿאָלק, חלילה.

„נטרונא‟ טײַערע, לאַכן לאַכט, ווער עס לאַכט צום לעצט. ס’קען טאַקע זײַן, אַז „נטרונא‟ ברענגט אַ פֿיזישע סכּנה אויפֿן ייִדישן פֿאָלק, אָבער כּלל־ישׂראל האָט שוין דורכגעמאַכט אַ סך פֿיזישע יסורים אין זײַן געשיכטע, און טאַקע זייער אָפֿט האָבן ייִדן געגעבן אַ האַנט פֿאַר די שׂונאי־ישׂראל, צו אונדזער גרויסן ווייטיק. מיר וועלן אָבער די אַלע פֿיזישע יסורים דורכקומען, און איבערבלײַבן וועט דער שטאַרקער ייִדישער גײַסט, וואָס קיין מענטש אין דער וועלט קען אים נישט פֿאַרלעשן. ס’קען טאַקע זײַן, אַז „לי עוועניו‟ וועט גיין אַ גאַנג צוזאַמען מיט „נטרונא‟. לאָמיר אַפֿילו זאָגן, אַז די אַנטיסעמיטן וועלן שאַנעווען „לי עוועניו‟, און נאָר דאָרט וועלן קיין פֿענצטער נישט אויסגעזעצט ווערן, אָבער דער ייִדישער גײַסט וועט בלײַבן גאַנץ נישט דאָרט, נאָר אין די גרענעצן פֿון ארץ-ישׂראל. אָט דאָס וועט „נטרונא‟ נישט קענען צונעמען בײַ אונדז.

„נטרונא‟ קען אויסרופֿן ביז איבערמאָרגן, אַז מדינת־ישׂראל פֿאַרטרעט נישט דאָס ייִדישע פֿאָלק; און זי קען זיך אַוועקשטעלן ווי אַ ציל „אויסצוליידיקן דעם ייִדישן אינהאַלט‟ פֿון דער מדינה. למעשׂה אָבער איז עס אַ געלעכטער צו קוקן, ווער ס’וויל אויסליידיקן וועמען פֿונעם ייִדישן אינהאַלט. דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט זיך אומגעקערט צו איר אור-אַלטער ערד, מיט בלוט און מיט טרערן, און נאָר דאָרט האָט די ייִדישע נשמה געקענט אויפֿלעבן ווי קיינמאָל פֿריִער. די פֿאַראייניקונג פֿונעם ייִד מיט זײַן ערד האָט ווירקלעך אויפֿגעטון וווּנדער, און האָט איבערגעוויזן, אַז די ציוניסטישע וויזיאָנערן זענען גערעכט געווען מיט זייער אָפּשאַצונג, אַז „דאָס ייִדישע פֿאָלק וועט דערגרייכן אַ נאָרמאַליזאַציע נאָר דעמאָלט, ווען זי וועט זיך צוריק באַזעצן אויף איר אייגענער ערד‟.

איינע פֿון די גרויסע באַשולדיקונגען קעגן דעם ייִדישן פֿאָלק איז געווען דער עקסטרעמער אינדיווידואַליזם, וואָס האָט געהערשט צווישן ייִדן אינעם גלות. אַחד-העם האָט אויסגעדרוקט זאָרג, אַז אָט דער כאַראַקטער וועט נישט דערלויבן די ייִדן אָנצוהאַלטן אַ מדינה, ווײַל דאָס אויפֿהאַלטן אַ לאַנד פֿאָדערט, אַז יחידים זאָלן זיך מקריבֿ זײַן פֿאַרן כּלל.

הײַנט אָבער, אַז מיר געבן אַ קוק ווי די סאָלדאַטן שטייען און זינגען איידער זיי לאָזן זיך אין אַ מיסיע, וואָס שטעלט זייער לעבן אין געפֿאַר, כּדי צו באַשיצן דאָס ייִדישע פֿאָלק, און מ’דערמאָנט זיך דערנאָך אין די עגאָיִסטישע פֿאָדערונגען פֿון „נטרונא‟, וועלכע האָפֿט בסך־הכּל, אַז די אַנטיסעמיטן זאָלן אויסמײַדן די פּאָר חרדישע געסעלעך, — דערזעט מען ווירקלעך אַן אונטערשייד פֿון ליכט־יאָרן. דאָס איז דער אונטערשייד פֿונעם קליינשטעטלדיקן קליין-געוווּקסיקן ייִד, קעגן דעם גרויסן ייִד, וואָס זעט זיך אינעם שפּיגל פֿון זײַן פֿאָלק…