די סאַמע ערשטע אַסטראָנאָטן

The Very First Astronauts

Max Gershman

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published August 10, 2014, issue of August 29, 2014.

עס רעדט זיך נישט דאָ וועגן די „וורײַט ברידער‟, וועלכע האָבן מיט קרובֿ הונדערט יאָר צוריק אַנטדעקט די סאַמע ערשטע פֿלי־מאַשין אין אַמעריקע, און עס האָט גענומען אַ שאָק מיט יאָרן צו דערגיין צו די הײַנטיקע „דזשעט‟־עראָפּלאַנען, העליקאָפּטערס און אָנפּילאָטניקעס, מיט וועלכע מיר באַנוצן זיך טעגלעך. עס רעדט זיך דאָ וועגן די ערשטע אַסטראָנאָטן, וואָס זײַנען אָנגעקומען אין הימל אָן עראָפּלאַנען, אָן „דזשעטן‟ און אָן פֿליִענדיקע טעלער; עס איז אָנגעקומען גאָרנישט אַזוי פּשוט ווי עס דאַכט זיך…

דאָ רעדט זיך וועגן דעם ערשטן, דעם סאַמע ערשטן פֿליִער, וואָס האָט געלעבט אין ביבלישע צײַטן, ווען אונדזער לאַנד איז געלעגן געפּענטעט אונטער דער פֿויסט פֿון מלך־אַחאָבֿס קעניגרײַך מיט זײַן ווײַבל, די מלכּה איזבל, וועלכע איז אַרײַן אין דער וועלט־ליטעראַטור ווי „דזשעזאַבעל‟, איינע פֿון די פֿאַרדאָרבנסטע פֿרויענצימער, וואָס די וועלט האָט ווען עס איז פֿאַרמאָגט.

די צרה איז געווען וואָס זי האָט געפֿירט דאָס רעדל. זי האָט ארײַנגעפֿירט אַ שפּאָגל נײַע עבֿודה־זרה אין צײַט פֿון ערשטן בית־המקדש, און דער נײַער אָפּגאָט האָט פֿיגורירט ווי „בעל‟; זי האָט געצוווּנגען ס’פֿאָלק צו דינען דער געטשקע.

זעט אויס, אַז דער קעניג אַחאָבֿ איז געווען אַ פּאַנטאָפֿל אונטער אירע פֿיס, און צוגעלאָזט צום גאַנצן עסק. דער איינציקער, וואָס האָט זיך אײַנגעשטעלט פֿאַרן פֿאָלק, איז געווען דער נבֿיא אליהו מיט זײַן געהילף אלישע.

אליהו הנבֿיא האָט אײַנגעלייגט וועלטן נישט צו דערלאָזן אַזאַ טמא אין לאַנד, און ס’איז אים דווקא געלונגען. ווען ער איז פֿאַרטיק געוואָרן מיט זײַן שליחות, איז ער געווען דער ערשטער און לעצטער פֿליִער, וועלכער איז אַרויף אין הימל אַרײַן אַזוי ווי ער גייט און שטייט, אויף זײַן פֿײַערדיקן פֿערד און וואָגן.

די סקעפּטיקער קענען ספּעקולירן, אָבער קיינער איז נאָך נישט דערגאַנגען דעם סוד פֿון אליהוס פֿײַערדיקן „קאָטש‟. אפֿשר איז עס געווען דער ערשטער אויפֿטו אין דער טעכנאָלאָגיע פֿון פֿליִען אין די הימלען.

אליהו הנבֿיא איז באַליבט בײַם פֿאָלק צוליב זײַן אינטערעס צו אָרעמעלײַט. די לעגענדע דערציילט, אַז ער דרייט זיך אַרום פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ בעטלער און העלפֿט אַרויס, ווען עס קומט צו די ייִדישע יום־טובֿים. מיר עפֿענען פֿאַר אים די טיר יעדן פּסח בײַם סדר, און אליהוס כּוס ווײַן שטייט גרייט אים צו פֿאַרזיסן אונדזער יום־טובֿ. עס ווערט אויך דערציילט, אַז ער וועט זײַן דער שטאַפֿעט, דער ערשטער אָנזאָגער פֿון משיחס קומען, איידער מיר וועלן ווערן אויסגעלייזט.

* * *

דער צווייטער פֿליִער, וואָס איז אַרויף אין הימל אַזוי ווי ער גייט און שטייט נאָך זײַן קבֿורה, האָט אויך, להבֿדיל, אָפּגעשטאַמט פֿון אַחינו בני־ישׂראל, וואָס די קריסטלעכע וועלט פֿאַרגעטערט אים ביזן הײַנטיקן טאָג, דער עיקר, אין צײַט פֿון זייער „פּאַסכע‟ (איסטער). פּינקטלעך ווען דער ייִד ישו האָט באַוויזן צו בײַטן דאָס רענדל, ווייסט קיינער נישט, ווײַל קיין קריסטן זײַנען אין יענער צײַט נאָך נישט געווען בנימצא; זיי האָבן ערשט געדאַרפֿט אויספּיקן זיך פֿון שאָלעכץ מיט יאָרן שפּעטער.

ווען דאָס רוימישע מלכות איז מיד געוואָרן פֿון זייער פֿאַרדאָרבנקייט, פֿון פּראָקלאַמירן זיך אַליין פֿאַר געטער, און ווען דאָס רוימישע פֿאָלק איז אַראָפּ פֿון די רעלסן און אַריבער צו דעקאַדענץ, ערשט דעמאָלט איז געקומען די העכסטע צײַט צו עטאַבלירן אַ נײַ שטיקל גלויבן, וואָס זאָל זיי פֿאַראייניקן ווי אַ פֿאָלק. ערשט מיט יאָרן שפּעטער, ווען עס האָט זיך אויסגעפּיקט די קריסטלעכע קירכע מיט איר מאַכט און הערשאַפֿט איבער אירע סטאַדעס, האָט מען באַוויזן צו צוימען זיי מיט העכערע יסודות, נעמלעך מיט אַ נײַעם גלויבן.

ווי עס שטייט געשריבן אין זייערע הייליקע ביכער, און פֿאַרחתמעט מיט אַ גענדזענער פֿעדער, האָבן די רוימער יעזוסן געקרײציקט מיט איבער צוויי טויזנט יאָר צוריק, לויט דעם רוימישן מיטל פֿון טייטן פֿאַררעטער, פֿאַרברעכער, רעוואָלוציאָנערן, גנבֿים, באַנדיטן און גאָט די נשמה שולדיקע ייִדן, אויף אַ מיטל איבערצושרעקן די ייִדן פֿון לאַנד.

האָט מען, הייסט עס, יעזוסן באַגראָבן, אָבער מיט דרײַ טעג שפּעטער איז ער אויפֿגעשטאַנען תּחית־המיתים, פּונקט אינעם טאָג פֿונעם „גוטן פֿרײַטיק‟, דעם טאָג, וואָס מיט אים קערט און הייבט זיך אָן די קריסטלעכע וועלט אַ יעדעס יאָר. איז דער זעלבער תּכשית פּראָקלאַמירט געוואָרן ווי אַ הייליק וועזן, ווי גאָטס זון, אַ הייליקער גײַסט און משיח, וואָס וועט זיך באַווײַזן צום צווייטן מאָל.

אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז איידער ישו איז געוואָרן אַן אַסטראָנאָט, האָט ער זיך קודם באַוויזן ווי אַ לעבעדיקער נפֿש פֿאַר מאַריאַ־מאַגדאַלענאַ, זײַן קאָכאַנקע, און נאָך דעם איז ער אַוועק פֿון וואַנען קיינער איז נאָך נישט צוריקגעקומען — נעמלעך, אַרויפֿגעפֿלויגן אין הימל.

ווי עס ווערט געשילדערט אין די בילדער פֿון באַרימטע מאָלער, וואָס באַצירן כּמעט אַלע מוזייען אין דער וועלט, זעען מיר מלאכים מיט פֿליגל, און צווישן זיי דער הייליקער גאָטס זון, וועלכער איז אַ פֿליגל־אַדיוטאַנט אין היכל פֿון קריסטלעכן גן־עדן.

* * *

מיטן דריטן אַסטראָנאָט דאַרף מען זײַן פֿאַרזיכטיק, ווײַל ער געהערט צו שטאַרק סענסיטיווע פֿעלקער־שבֿטים, וואָס פֿאַרמאָגן נישט קיין טראָפּן חוש פֿאַר הומאָר. דער פֿויגל האָט טאַקע עקזיסטירט און געפֿירט זײַן קעמל בײַ דער נאָז אין די מדבריות לעבן מעקאַ און מעדינאַ.

אין יענער תּקופֿה פֿון זיבעטן יאָרהונדערט אונדזער צײַט רעכענונג, איז אויפֿגעקומען אַ שפּאָגל נײַער גלויבן, וואָס עס איז אים געלונגען אָנצושטעקן גאַנצע שטחים און קאָנטינענטן. אָט דער תּכשיט איז ממש געווען אַ שפּיל־פֿויגל, וועלכער האָט ליב געהאַט אויסצומעסטן די לענג און די ברייט פֿונעם מידבר, צוציִען אַ חבֿרה מיטלויפֿער, ביז ער האָט געשאַפֿן אייגענע חיילות.

דער זעלבער חבֿרהמאַן האָט פֿאַרמאָגט אַכט ווײַבער, וואָס די ערשטע פֿון זיי איז געווען האַדידזשיאַ, מיט פֿופֿצן יאָר עלטער פֿון אים. זי האָט אים געפּילנעוועט ווי מען פּילנעוועט אַ זבאַלעוועט קינד, נאָכגעגעבן אַלע זײַנע קאַפּריזן און אים געשטיצט אין אַלע זײַנע אונטערנעמונגען. און אַזוי ווי ער איז געווען אַן אַנאַלפֿאַבעט, נישט געקענט לייענען און שרײַבן, האָט ער צוגעצויגן אַ חבֿרותא, וואָס האָט אים געדינט מיט זײַן אַנאַלפֿאַבעטישקייט.

לעגענדעס און סיפּור־המעשׂיות זײַנען בנימצא פֿונעם ייִדישן קוואַל. און ווי מיר ווייסן, אַז גײַציקייט און רום שטעקט אָן אַ יעדערן, וואָס קומט צו דער מאַכט, האָבן די זיבן זאַכן נישט אויסגעמיטן מוחמדן. אין יענער צײַט זענען מעקאַ און מעדינאַ געווען באַוווינט מיט אַ שלל ייִדן. פֿון וואַנען די ייִדישע שבֿטים האָבן זיך געיאַוועט, זײַנען מיר דאָך ווי אַ פֿאָלק צעזײט און צעשפּרייט. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ייִדן זײַנען געווען די איינציקע „אוטשאָני יעוורעיִ‟ (געלערנטע ייִדן), וואָס האָבן געקענט די חכמה פֿון וויסן, שרײַבן און לייענען.

און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז די קעמל־רײַזנדיקע מחנות זײַנען אויך אָפּשטאַמיקע פֿון אַבֿרהם אַבֿינו, און זײַן בנוק ישמאל, וואָס ער האָט געהאַט מיט הגרן, זײַן דינסט. איז דער סוחר, איך מיין, מוחמד בעצמו און בכּבֿודו, געקומען צו די ייִדן און זיי פֿאָרגעלייגט זײַן נײַע אמונה. אלוקים איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַללאַ, און כּמעט אַ יעדע געשיכטע, וואָס ווערט געשילדערט אין אונדזער תּנ”ך ווערט איבערדערציילט אינעם קאָראַן, „פֿאַרראָכטן און פֿאַרבעסערט‟…

האָט מחמד פֿאָרגעלייגט די ייִדן פֿון מעקאַ און מעדינאַ אויפֿצוגעבן זייער גלויבן און אָננעמען אַ נײַע סדרה פֿון דער וואָך. האָבן זיך די ייִדן אָפּגעזאָגט, האָט ער ס‘רובֿ פֿון זיי משלח געווען אַהין פֿון וואַנען קיין בריוועלע איז נאָך נישט אָנגעקומען.

און דעריבער, אַנשטאָט דרײַ מאָל אַ טאָג מתפּלל צו זײַן, האָט מען עס געביטן אויף פֿינף מאָל אַ טאָג; אַנשטאָט קערן זיך צום מיזרח און ירושלים, האָט מען גענומען קערן זיך צו מעקאַ און מעדינאַ. דאָס איז בלויז אַן איבערבליק איבער דעם הייליקן בוך פֿון ישמאלס נאָכוווּקס. און בײַ די סוף פֿון די טעג, ווען מוחמד האָט געהאַלטן בײַ יציאת־הנשמה, איז ער אַרויף אין הימל. איך הייב נישט אָן צו וויסן, צי אויף אַ קעמל, צי פֿון אייגענער הייליקייט. אָבער ער איז געפֿלויגן.

האָבן מיר, הייסט עס, ביז אַהער דרײַ פֿליִער, וואָס האָבן זיך נישט געקענט דערוואַרטן ביז מ’וועט אַנטדעקן די „דזשעט‟־עראָפּלאַנען.

הײַנט פֿליט מען שוין צו דער לבֿנה, און להבא צום פּלאַנעט מאַרס, און מיר אַלע פֿליִען מיט „דזשעט‟עראָפּלאַנען אַרום אונדזער ערד־קוגעלע. מיט איין אויסנאַם: בלויז די נשמה האָט די זכיה צו דערגרייכן צום זיבעטן הימל; דער גוף, מײַנע ליבע פֿרײַנט, דאַרף איך דאָך אײַך נישט אויפֿדעקן דעם סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, איר ווייסט עס שוין אַליין.