צי װעט די שײנקײט ראַטעװען די װעלט?...

Will Beauty Save the World?

Getty Images

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published August 12, 2014, issue of August 29, 2014.

איך געדענק ניט, צי כ’האָב שױן אַ מאָל געהאַט אַזעלכע שװערע „דרײַ װאָכן‟ און „די נײַן טעג‟ װי דאָס יאָר; און די סיבה דערױף איז ניט נאָר די שרעקלעכע מלחמה מיט אַ נאָענטן צו מיר נאָמען — „פֿעלדזנפֿעסט‟, אין װעלכער איז אַרײַנגעצױגן געװאָרן מײַן פֿאָלק און מײַן לאַנד.

די באַרבאַרישע רוצחישע פּאָגראָמען אױף די ייִדישע קהילות, אינסטיטוציעס און געשעפֿטן, װעלכע קומען פֿאָר אױף אַלע קאָנטינענטן, האָבן נאָך אַ מאָל באַװיזן, אַז אין די אױגן פֿון דעם עם־הארצישן המון, װי אױך בײַ די פּסעװדאָ־אינטעלעקטואַלן, איז ניטאָ קײן אונטערשײד פֿון אַ ישׂראלדיקן ייִד און אַ פֿראַנצײזישן, האָלענדישן, אַמעריקאַנער, בעלגישן, אױסטראַלישן, דרום־אַפֿריקאַנער ייִד, אאַ”װ. די פֿאַרשימלטע פֿאַראַלגעמײנערונג — „די ייִדן זײַנען שולדיק אין אַלע צרות אױף דער װעלט‟ — איז װידער געװאָרן אַ בולטער לאָזונג אין די קולטור־מלחמות אױף אַלע קאָנטינענטן, אַחוץ אַרקטיק און אַנטאַרטיק.

נאָך אין יאָר 2002 האָט ראָבערט װיסטריך, דער ישׂראלדיקער היסטאָריקער, אַ בולטער און אַ באַװוּסטער מומחה אין די אַנטיסעמיטיזם־ענינים, צוגעגרײט אַ באַריכט פֿאַרן „אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט‟, אין װעלכן ער האָט געװאָרנט די מענטשהײט, אַז „כאָטש דער אַראַבישער און מוסולמענישער אַנטיסעמיטיזם איז אױפֿגעקומען רעלאַטיװ ניט לאַנג צוריק, אָבער זײַנע פֿאָרמען שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ רעאַלע געפֿאַר דער גאַנצער ציװיליזירטער װעלט‟. די לעצטע מלחמה קעגן דער טעראָריסטישער „כאַמאַס‟־מאַכט אין עזה האָט נאָר צוגעגעבן פֿרישע באַװײַזן, אױף װיפֿל געפֿערלעך איז דער ראַדיקאַלער מוסולמענישער אַנטיסעמיטיזם, סײַ פֿאַר די ייִדן און סײַ פֿאַר די ניט־ייִדן.

דעם אמת געזאָגט, דעם שװערן שטײן אױפֿן האַרצן האָב איך דערפֿילט נאָך מיט אַ פּאָר חדשים צוריק, װען יעקבֿ קדמי (ייִנגלװײַז יאַשע קאַזאַקאָװ), דער געװעזענער לײטער פֿונעם ישׂראלדיקן פֿאַרבינדונגס־ביוראָ „נתּיבֿ‟, האָט צום סוף פֿון אַ פּאָליטישער טעלעװיזיע־אױדיציע אַ זאָג געטאָן: „אײגנטלעך, די דריטע װעלט־מלחמה האָט זיך שױן אָנגעהױבן‟. דער דאָזיקער אױספֿיר פֿון אַ זײער בכּבֿודיקן אַנאַליטיקער און פּראַקטיקער האָט מיך ממש פֿאַראומערט, אָבער דער נײַגער האָט מיך געבראַכט צו די מײנונגען פֿון אַנדערע היסטאָריקער און אַנאַליטיקער, און… די פֿאַקטן האָבן מיך נאָך מער מצער געװען, װײַל עס האָט זיך אױסגעװיזן, אַז נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה איז אױף דער װעלט נאָך ניט געװען קײן אײן שלום־טאָג.

בײַ אונדז, דעם נאָכמלחמהדיקן דור ייִדן, איז געװען אײן און אײנציקער טרױם — צו זײַן גלײַכע צװישן די גלײַכע. די אײנציקע זאַך, װאָס מיר האָבן געזוכט אין לעבן, איז געװען די שײנקײט, װעלכע װאָלט אײַנגענומען אין זיך די יסודות פֿון די עטישע און עסטעטישע נאָרמען פֿון אַלע הומאַניסטישע קולטורן. דער הױפּט-פּונקט פֿונעם לעבן האָבן מיר געזען אין דער שײנקײט פֿון מענטשנס נשמה — ואהבֿת לרעך כּמוך, זאָלסט ליב האָבן דײַן פֿרײַנד װי זיך אַלײן, און דער טײַטש דערױף איז: יעדן מענטשן זאָלסטו אָננעמען װי אַ פֿרײַנד. שפּעטער, אין דער צײַט פֿון די אַקאַדעמישע לימודים האָבן מיר דערזען, אַז אונדזערע כּאילו „נײַע‟ אידעען האָבן אַ לאַנגע באָרד און אַלע גרױסע פֿילאָסאָפֿן און קינסטלער האָבן געזען אַ דירעקטע פֿאַרבינדונג צװישן דעם באַגריף „שײנקײט‟ און מענטשנס נשמה.

דער רוסישער שרײַבער דאָסטאָיעװסקי האָט אין זײַן ראָמאַן „אידיאָט‟ (אַרױס אין 1868) אַרױסגעזאָגט זײַן טרױם װעגן דער גאולה: „די שײנקײט װעט ראַטעװען די װעלט‟. בײַ די מענטשן, װעלכע האָבן נאָך ניט פֿאַרלױרן אַ האָפֿענונג אױף בעסערע צײַטן, איז דער־אָ זאַץ געװאָרן ממש אַ לעבנס־װײַזער. מע האָט אָבער פֿאַרגעסן, אָן אַ כּװנה אָדער מיט אַ כּװנה, אַז דאָס איז נאָר אַ העלפֿט פֿון דאָסטאָעװסקיס געדאַנק; דער גאַנצער זאַץ קלינגט אַזױ: „די שײנקייט װעט ראַטעװען די װעלט, װען זי װאָלט נאָר װױל געװען‟. הקיצור, די שײנקײט איז אַ מעלה, און דאָס רישעות איז אַ חסרון. אײגנטלעך, גײט עס האַנט בײַ האַנט מיט עמנואל קאַנטס (1724—1804) מחשבֿה, אַז „שײנקײט איז אַ סימבאָל פֿון דער מאָראַלישער גוטסקײט‟.

פּראָפֿעסאָר יצחק ניבאָרסקי טײַטשט אױס דאָס װאָרט „רישעות‟ ווי „בײזװיליקײט, שלעכטסקײט, פֿאַרדאָרבנקײט‟, און אױך — „ייִדן־פֿײַנטשאַפֿט”. דער־אָ אומגעריכטער און טיפֿער טײַטש האָט מיר אַ שטױס געטאָן אין האַרצן און כ’האָב זיך דערמאָנט, אַז שױן פֿון לאַנג האָב איך געװאָלט איבערלײענען די „כאַרטיע פֿון כאַמאַס‟, כּדי צו װיסן, װאָס זשע װילן זײ פֿון אונדזער לעבן?

װאָס זאָל איך אײַך זאָגן?… גערעכט איז געװען דער חבֿר קהלת, (א’, יז’, יח’) — „און איך האָב אָפּגעגעבן מײַן האַרץ צו פֿאַרשטײן חכמה, און פֿאַרשטײן משוגעת און נאַרישקײט — בין איך געװויר געװאָרן, אַז דאָס אױך איז װינט־יאָגעניש. װײַל אין פֿיל חכמה איז פֿיל פֿאַרדראָס, און מערט מען קענטשאַפֿט, מערט מען װײטיק‟. אָבער אַזאַ פֿאַרדריסלעכן װײטיק, װאָס איך האָב דורכגעלעבט בעת און נאָך דעם לײענען די „כאַמאַס־כאַרטיע‟, האָב איך נאָך קײן מאָל אין מײַן לעבן ניט געהאַט. אױך הײַנט װײס איך ניט װי לעבט מען װײַטער, װאָס טוט מען, כּדי צו באַשוצן אונדזערע קינדער און אײניקלעך? ניט נאָר אין מדינת־ישׂראל, נאָר אומעטום, װוּ עס לעבט כאָטש אײן און אײנציקער ייִד, װײַל די איסלאַמיסטן־דזשיהאַדיסטן האָבן באַװיזן, אַז זײ האָבן אין זינען און טוען פּונקט דאָס, װאָס זײ זאָגן. זײ נײטיקן זיך ניט אין דער דיפּלאָמאַטישער פֿאַרנעפּלטער לעקסיק; זײער לעקסיק איז ניט אַנדערש װי די ציטאַטן פֿונעם „הײליקן קאָראַן‟, װי אױך פֿון מוכאַמאַד אַל־בוכאַריס (810־870), דעם אױטאָר פֿון די „גאַנץ באַגלײבטע פּסוקים‟, דעם צװײטן אין דער סוניטישער היעראַרכיע מענטש און מקור, נאָך דעם פּראָפֿיט מוכאַמאַד.

דאָס פֿאָלק זאָגט דאָך: בעסער אײן מאָל זען, װי צען מאָל הערן. אָט, זעט… איך ציטיר נאָר אַ פּאָר פּאַראַגראַפֿן פֿון דער „כאַמאַס־כאַרטיע‟, װאָרט בײַ װאָרט:

„לױטן װילן פֿון דעם ברחמנותדיקן און גרױסן אַללאַ, װעט ישׂראל עקסיסטירן, ביז דער איסלאַם וועט אים ניט פֿאַרניכטן, װי אױך אַלץ, װאָס איז געװען (האָט עקסיסטירט) פֿאַר אים.‟

„דער שליח פֿון אַללאַ (פּראָפֿיט מוכאַמאַד) האָט אין זײַן שלום־געבעט געזאָגט: ‘עס װעט ניט קומען די שעה (יום־הדין, גאולה), ביז די מוסולמענער װעלן ניט באַזיגן די ייִדן און װעלן ניט אױסהרגענען זײ, און װעלן פֿאַרפֿאָלגן זײ, און אַפֿילו װען אַ ייִד װעט זיך פֿאַרבאַהאַלטן הינטער אַ שטײן אָדער אַ בױם, טאָ די בײמער און די שטײנער װעלן אױסשרײַען: ‘מוסולמענער, דעם אַללאַס קנעכט, הינטער מיר האָט זיך באַהאַלטן אַ ייִד, קום און דערמאָרד אים‟.

דאָס האַרץ װײנט, װײַל איך װײס ניט קײן רפֿואה קעגן דער פּאַטאַלאָגישער ייִדן־פֿײַנטשאַפֿט, װעלכע אַפּעלירט צו די פּסוקים פֿון אַ בוך, װאָס איז הײליק פֿאַר 1.6 מיליאַרד מענטשן אױף דער װעלט. עס װײַזט אױס, אַז די װעלט האָט פֿאַרקוקט די שרעקלעכע סכּנה, װעלכע קומט פֿון די דזשיהאַדיסטן און דראָט אַלע פֿרײַע מענטשן און לענדער.

מדינת־ישׂראל, אָן אַ ספֿק, װעט פֿאַרטײדיקן אירע בירגער, סײַ ייִדן און סײַ ניט־ייִדן, סײַ הײַנט און סײַ מאָרגן, נאָר, דעם אמת געזאָגט, מיר גופֿא, פּונקט אַזױ װי אַלע אַנדערע ייִדישע און ניט־ייִדישע עלטערן אױף דער װעלט, װילט זיך זײַן זיכער, אַז עמעצער פֿון אונדזערע אײניקלעך װעט דערלעבן אַ זאָג צו טאָן: „מזל־טובֿ! הײַנט איז געװען דער ערשטער טאָג אָן מלחמות צװישן די מענטשן‟… מע דאַרף נאָר זײַן שטאַרק אין גלױבן אין דער חכמה, װױלהאַרציקײט און אײַזערנעם שוץ־כּוח פֿון אונדזערע מעסיקע פּאָליטיקער און העלדישע סאָלדאַטן.

דװקא זײער רעאַליסטיש קלינגט פּראָפֿעסאָר װיסטריכס מסקנא, אַז „עס איז אוממעגלעך צו באַזיגן דעם אַנטיסעמיטיזם, נאָר מע דאַרף קעמפֿן און אים איבערפֿירן פֿון דער אַקטיװער פֿאַזע אין אַ נײטראַלער פֿאָרעם‟.

און יענע װױלע דערװאַקסענע מענטשן מיט מילכצײן אין האַרצן, װעלכע גלײבן, אַז די אַבסטראַקטע קריסטלעכע „שײנקײט װעט ראַטעװען די װעלט‟, עצה איך זיי איבערלײענען די „כאַמאַס־כאַרטיע‟, און שױן נאָך דעם אָנשטרענגען אַלע כּוחות, כּדי צו װערן כאָטשבי אַן אָפּשפּיגלונג פֿונעם פֿירשט מישקין, דעם הױפּטהעלד פֿון דאָסטאָיעװסקיס ראָמאַן „אידיאָט‟.