ווער דאַרף אַ „מאַקדאָנאַלדס‟ אין מאָסקווע?

No place for “McDonalds” in Moscow

Getty Images

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 22, 2014, issue of September 12, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ביזן הײַנטיקן טאָג פֿילט מען די השפּעה פֿון יענע יאָרן, ווען מע זעט ווי אַזוי מע פּראַוועט יום-טובֿים בײַ געוועזענע סאָוועטישע לײַט. דער טיש מוז זיך ברעכן פֿון מאכלים. אין די רוסישע רעסטאָראַנען אין ניו-יאָרק האָט מען אַפֿילו ספּעציעלע אונטערשטעלן, וואָס דערמעגלעכן אויסצוסדרן אויפֿן טיש טעלער מיט מאכלים אין עטלעכע שטאָקן. אַלע מאָל ווען איך קום קיין מאָסקווע, דאַכט זיך מיר, אַז די שטאָט עסט, פּינקטלעכער, פֿרעסט, פֿון אין דער פֿרי ביז בײַ נאַכט, און בײַ נאַכט שטעלט זיך אויך ניט אָפּ דער פּראָצעס פֿון קײַען און טרינקען. איך גלייב, אַז דאָס אַלץ איז אַ רעאַקציע אויף דעם אַמאָליקן דוחק אין גוטן עסנוואַרג. בײַ זייערע קינדער און, נאָך מער, בײַ זייערע אייניקלעך וועט די „שפֿע‟ שוין אַזאַ ממשותדיקע ראָלע ניט שפּילן.

אָבער דאָ קומט פּוטין און זאָגט: גענוג! און די פּראַוואָסלאַוונע קירך חזרט איבער: גענוג! און דאָס זעלבע טענהט די גאַנצע פּראָפּאַגאַנדע-מאַשין. אמת, מע זאָגט ניט, אַז ס‘איז גענוג צו פֿרעסן. מע שרײַט וועגן אַן אַנדער זאַך: גענוג צו עסן פּראָדוקטן, אַרײַנגעבראַכט פֿון אויסלאַנד. לאָמיר עסן פּאַטריאָטיש-באַרעכטיקטע מאכלים, ניט דעם מערבֿדיקן טינוף. אויף אַזאַ אופֿן וועט, כּלומרשט, געזונט ווערן די רוסישע עקאָנאָמיע, און דאָס פֿאָלק אַליין וועט ווערן געזינטער. די רעגירונג באַרימט זיך, אַז זי האָט אַלץ טיף דורכגעטראַכט און דערפֿאַר וועלן די פּרײַזן ניט ווערן גרעסער, אָבער מע אַנטפּלעקט ניט דערווײַל דעם סוף, ווי אַזוי אַזאַ פֿענאָמען קען דערגרייכט ווערן.

בינו-לבינו, האָט עמעצער באַשלאָסן, אַז מע טאָר זיך ניט באַגרענעצן מיט סאַנקציעס קעגן דעם עסנוואַרג, וואָס קומט פֿון אויסלאַנד. מע דאַרף זיך אויך נעמען צו די אויסלענדישע געשעפֿטן אין רוסלאַנד גופֿא. דעם 20סטן אויגוסט האָט מען אין מאָסקווע גענומען פֿאַרמאַכן די „מאַקדאָנאַלדס‟-רעסטאָראַנען, אַרײַנגערעכנט דעם סאַמע ערשטן, געעפֿנט דעם 31סטן יאַנואַר 1990.

אין יענער צײַט האָב איך זיך צום ערשטן מאָל געקליבן פֿאָרן קיין אַמעריקע. דער „אַרבעטער-רינג‟ און דער „פֿאָרווערטס‟ (איך האָב שוין דעמאָלט געשריבן פֿאַר דער צײַטונג) האָבן מיך אײַנגעלאַדן. עטלעכע מאָל האָט מען צו מיר טעלעפֿאָנירט, כּדי אויסצוסדרן פֿאַרשיידענע פֿראַגן, פֿאַרבונדן מיט מײַן נסיעה. קום איך אַהיים איין מאָל און הער פֿון מײַן ווײַב, אַז עמעצער (איך געדענק ניט ווער) פֿון די עלטערע מיטאַרבעטער האָט ווידער אַ מאָל געקלונגען פֿון „פֿאָרווערטס‟ און בעת-מעשׂה איר געזאָגט, אַז זי און איך זאָלן חס-וחלילה ניט גיין אין דעם „מאַקדאָנאַלדס‟, ווײַל דאָרטן האָדעוועט מען ממש מיט סם-המוות.

אָבער דער עץ-הדעת האָט גערייצט מיט זײַנע „ביג-מאַקס‟ און „טשיזבורגערס‟. זײַנען מיר פֿון דעסטוועגן אַוועק אין דעם דאָזיקן „מאַקדאָנאַלדס‟, אָפּגעשטאַנען אויפֿן ביטערן פֿראָסט אַריבער אַ שעה, און דערפֿילט דעם טעם גן-עדן פֿונעם „מאַקדאָנאַלדס‟-מאכל. קיין ליבהאָבער פֿון אַזאַ עסן זײַנען מיר ניט געוואָרן. „סאַנדעיאַ‟ איז די איינציקע זאַך, וואָס איך קויף צומאָל אין דעם „בריטיש עירווייס‟-טערמינאַל פֿון „דזשיי-עף-קיי‟-פֿלוגפֿעלד. דאָך, איז מיר גאָר ניט צום האַרצן דער געדאַנק, אַז ס‘איז געשלאָסן געוואָרן דער „מאַקדאָנאַלדס‟, וואָס איז, ניט געקוקט אויף זײַן סם-המוותדיקייט, געווען, פֿון דעסטוועגן, אַ סימבאָל פֿון עסן-פֿרײַהייט.