דער „קאָך־אַליין‟ — אַ פֿאַרלוירענע זומער־טראַדיציע

The Kochelein – A Lost Summer Tradition

ווי דער „פֿערהיל־קאָך־אַליין‟ זעט אויס הײַנט
Uriel Heilman
ווי דער „פֿערהיל־קאָך־אַליין‟ זעט אויס הײַנט

פֿון אוריאל הײַלמאַן (ייִט״אַ)

Published August 24, 2014, issue of September 12, 2014.

בעת אַ וויזיט אין די קעטסקיל־בערג דעם זומער, האָב איך אַנטדעקט אַן אָפּגעלאָזן הויז, און כ׳בין, אַ נײַגעריקער, אַרײַן אינעווייניק. אין אַ טייל פֿון די צימערן, האָט מען דערקענט, אַז קיינער איז שוין לאַנג דאָרט נישט געווען. דער דאַך איבער דער קיך איז אײַנגעפֿאַלן; דער אָפּגאָס איז געווען פֿאַרשטאָפּט מיט אויסגעטריקנטע בלעטער, און אין איין שלאָפֿצימער זענען די קלעטער־בלעטער שוין געהאַט אַרײַנגעקראָכן דורכן פֿענצטער און באַדעקט די סטעליע. מאָך איז געוואַקסן אויף די ווענט.

אָבער אין אַנדערע צימערן האָט זיך אויסגעדאַכט, ווי מע וווינט נאָך דאָרט, און מע האָט זיך פּשוט אַרויסגעכאַפּט אויף עטלעכע שעה. פֿאָטאָגראַפֿיעס און טשאַטשקעס האָבן באַצירט די ווענט. אַ מזוזה איז געהאָנגען איבערן שוועל. אין איין צימער איז געשטאַנען אַ פּיאַנע, און אין אַ צווייטן — אַ פּרעסברעט. אויף אַ טייל פֿון די בעטן איז נאָך אַלץ געלעגן דאָס בעט־געוואַנט.

די פֿאָטאָגראַפֿיע, פֿון אויגוסט 2001, האָט דערמעגלעכט דעם מחבר צו געפֿינען די אַמאָליקע אײַנוווינער. לינקס: נאַט און סילוויע גאָלדבערג
Courtesy of Paula Goldberg
די פֿאָטאָגראַפֿיע, פֿון אויגוסט 2001, האָט דערמעגלעכט דעם מחבר צו געפֿינען די אַמאָליקע אײַנוווינער. לינקס: נאַט און סילוויע גאָלדבערג

אין איינעם פֿון די שלאָפֿצימערן האָב איך געפֿונען, אַרײַנגעשטעקט אינעם ראַם פֿונעם שפּיגל, אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון פֿיר עלטערע פּאָרפֿעלקער, און אויף דער צווייטער זײַט — זייערע נעמען, און די דאַטע — אויגוסט 2001. אַ דאַנק דער אינטערנעץ, האָב איך געפֿונען אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם פּאָרפֿאָלק אינעם בילד, וואָס האָט אַ מאָל געוווינט אין דעם צימער: נאַט און סילוויע גאָלדבערג, ווי אויך דעם טעלעפֿאָן פֿון זייער טאָכטער, דזשודי וויטעלי.

ווען איך האָב געקלונגען דזשודי האָט זי זיך שיִער נישט צעוויינט ווען איך האָב איר דערציילט וווּ איך בין געווען. „אַאַאַ, דער קאָך־אַליין!‟ האָט זי מיט בענקשאַפֿט געזאָגט.

דער „קאָך־אַליין‟, אַ ייִדיש וואָרט, וואָס איז אַרײַנגענומען געוואָרן אין ענגליש בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן פֿון יענעם דור, באַטײַט אַ זומער־היים, וווּ עטלעכע משפּחות וווינען אין איינעם אָבער יעדער גרייט צו זײַן משפּחהס אייגענע מאָלצײַטן. אין דער קיך פֿון דעם פֿאַראָזטן הויז זענען טאַקע געשטאַנען אַ האַלבע טוץ פֿרידזשידערן און אויוונס. יעדער פֿון די צען משפּחות האָט מען דערלויבט אַ העלפֿט פֿונעם פֿרידזשידער.

פֿאַרכאַפּט פֿון אָט דער פֿאַרגעסענער עפּאָכע פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, האָב איך זיך געטראָפֿן מיט דזשודי, וועלכע איז איצט 60 יאָר אַלט, און איר שוועסטער, פּאָלאַ גאָלדבערג, וואָס איז 63, און זיי האָבן מיר דערציילט די פּרטים, מיט דער הילף פֿון משפּחה־פֿאָטאָגראַפֿיעס, וועגן יענער באַליבטער תּקופֿה פֿון זייערע קינדער־יאָרן. (זעט ווידעאָ נאָכן אַרטיקל)

זייער טאַטע, נאַט גאָלדבערג, האָט אָנגעהויבן ברענגען זײַן משפּחה אין דעם קאָך־אַליין, מיטן נאָמען „פֿערהיל‟, אין 1953, ווען דזשודי איז נאָך געווען אין די ווינדעלעך, און פּאָלאַ איז געווען 5 יאָר אַלט. אַלע זייערע מיטוווינער זענען געווען שוועסטערקינדער און נאָענטע פֿרײַנד פֿון דער זעלבער ייִדישער געגנט אין בראָנקס.

קיין פּריוואַקייט האָט מען נישט געהאַט. די קינדער זענען געשלאָפֿן אין איין צימער מיט זייערע טאַטע־מאַמע. אַלע משפּחות האָבן זיך געטיילט מיט בלויז צוויי וואַשצימערן, און אַלע האָבן געגעסן זייערע מאָלצײַטן אינעם זעלבן עסצימער.

די פֿאַרווײַלונג אינעם „קאָך־אַליין‟ איז געווען אַ היימישע: עמעצער האָט געשפּילט באַקאַנטע לידער אויף דער פּיאַנע און דער עולם האָט מיטגעזונגען, אָדער די דערוואַקסענע האָבן געמאַכט שׂימחות מיט אַ קאָמישער טעמע: יעדער האָט געטראָגן די קליידער פֿאַרקערט אָדער אויף דער לינקער זײַט; מענער און ווײַבער האָבן זיך געטוישט מיט די בגדים, אָדער מע האָט דורכגעפֿירט פֿאַרמעסטן צו זען ווער ס׳קען אויפֿעסן עטלעכע טעלער זופּ צום גיכסטן.

דאָס אַמאָליקע לעבן אינעם „קאָך־אַליין‟
Courtesy of Paula Goldberg
דאָס אַמאָליקע לעבן אינעם „קאָך־אַליין‟

ס׳רובֿ פֿון דער וואָך האָבן אינעם „קאָך־אַליין‟ בלויז געוווינט די מאַמעס מיט די קינדער, ווײַל די טאַטעס האָבן געמוזט גיין צו דער אַרבעט אין שטאָט. צוליב דעם וואָס די פֿרויען האָבן אַליין נישט שאָפֿירט קיין אויטאָ, פֿלעגן זיי צונויפֿשטעלן אַ רשימה נייטיקע פּראָדוקטן אין אַ העפֿט, וואָס איז געהאָנגען אויף דער וואַנט אין עסצימער, און יעדן טאָג זענען די קאַטוילישע אייגנטימער פֿונעם הויז — אַלעקס און מערי טשיקאָ — געפֿאָרן אין שטעטל אַרײַן אײַנקויפֿן די זאַכן פֿאַר זיי.

פֿאַר די קינדער איז עס געווען אַ גן־עדן. במשך פֿון די לאַנגע זומערטעג האָבן זיי שפּאַצירט אין וואַלד, געשוווּמען אין דער אָזערע, געריסן שוואַרצע יאַגדעס, זיך געשפּילט אין „באַהעלטעלעך‟, געפּרוּווט זיך אַרײַנגנבֿענען אינעם דערבײַיִקן האָטעל „קוטשערס‟, און אין שפּעטערע יאָרן — זיך אויך פֿאַרליבט…

אין די רעגנדיקע טעג האָבן אַלע משפּחות זיך פֿאַרזאַמלט אין עסצימער און געשפּילט קאָרטן (די דערוואַקסענע האָבן געשפּילט „מאַ־זשאַנג‟, און די קינדער — „ראָמי‟). נאָכן רעגן זענען די קינדער אַרויסגעלאָפֿן זוכן יאַשטשערקעס.

ווען די קינדער האָבן דערגרייכט 10 יאָר, האָבן די מאַמעס זיי דערלויבט כאַפּן אַ טרעמפּ בײַ פֿרעמדע, כּדי אָנצוקומען אין מאָנטיסעלאָ. די טאַטעס, וועלכע האָבן אַ גאַנצע וואָך געאַרבעט אין שטאָט, פֿלעגן אַרויפֿקומען אין די סוף־וואָכן, און דעמאָלט פֿלעגן זיי אָפֿט מיטנעמען די קינדער אינעם היפּאָדראַם.

שבת־צו־נאַכטס, ווען די דערוואַקסענע זענען אַרויסגעפֿאָרן פֿאַרברענגען אין „קוטשערס‟ אָדער אין מאָנטעסעלאָ, האָבן די קינדער זיך באַטייליקט אין „פֿאַרבאָטענע‟ אַקטיוויטעטן, ווי רייכערן פּאָפּיראָסן, קוש־שפּילן, און אַזוי ווײַטער.

„אַלע וועלן דיר זאָגן, אַז דאָס זענען געווען די בעסטע צײַטן פֿון אונדזער לעבן,‟ האָט פּאָלאַ געזאָגט. „אונדזערע מאַמעס האָבן קיין מאָל נישט געוווּסט וווּ מיר זענען, און ס׳איז זיי באמת נישט אָנגעגאַנגען.‟

אין די 1960ער האָבן מענטשן אויפֿגעהערט קומען אין די „קאָך־אַליינס‟ — צום גרעסטן טייל, צוליב דרײַ סיבות: דער נײַער צוטריט צו לופֿט־קילונג, וואָס האָט דערמעגלעכט אַ מער באַקוועמען זומער אין שטאָט; ווייניקער דיסקרימינאַציע קעגן ייִדן, וואָס האָט געעפֿנט פֿאַר זיי נײַע אופֿנים צו פֿאַרברענגען דעם זומער, און די וואַקסנדיקע צאָל מאַמעס מיט שטעלעס, וועלכע האָבן צוליב דעם מער נישט געקאָנט אַוועקפֿאָרן אויפֿן גאַנצן זומער.

פֿאַר פּאָלאַ גאָלדבערג האָט די איבערלעבונג אינעם „קאָך־אַליין‟ ממש געביטן איר לעבן. דאָרט האָט זי זיך באַקענט מיט מאַרק גאָלדבערג (דער זעלבער נאָמען, אָבער נישט פֿון דער זעלבער משפּחה), ווען זי איז געווען 5 יאָר אַלט, און ער — 6, און מיט יאָרן שפּעטער האָבן זיי זיך פֿאַרליבט און חתונה געהאַט. דאָס פּאָרל האָט לעצטנס געפּראַוועט זייער 45סטן חתונה־יובֿל.