דער פּרײַז פֿון נאַפֿט און זײַן השפּעה

The Price of Oil and Its Significance

אַן אַרבעטער אין אַ נאַפֿט־סטאַנציע אין כאַרקאָוו, דעם 5טן אויגוסט
Getty Images
אַן אַרבעטער אין אַ נאַפֿט־סטאַנציע אין כאַרקאָוו, דעם 5טן אויגוסט

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published August 29, 2014, issue of September 26, 2014.

די טעג ווערט אַ סך געזאָגט און אָנגעשריבן וועגן אַ מאָדנער דערשײַנונג: דער נאַפֿט ווערט ביליקער. ס׳איז מאָדנע ווײַל לויטן שׂכל-הישר דאַרף נאַפֿט ווערן נאָר טײַערער אין דעם איצטיקן פּאָליטישן און עקאָנאָמישן קלימאַט, אָנגעזעטיקטן מיט כּלערליי קאָנפֿליקטן. וואָס זשע קומט דאָ פֿאָר?

זייער אַ וויכטיקע ראָלע שפּילט אין דעם ענין די וואַקסנדיקע אומאָפּהענגיקייט פֿונעם אַמעריקאַנער מאַרק. אַלץ מער נאַפֿט באַקומט מען אַרויס אין אַמעריקע גופֿא, און דאָס מיינט, פֿאַרשטייט זיך, אַז דער אימפּאָרט פֿון דער דאָזיקער וויכטיקער סחורה פֿאַלט. מע רעדט וועגן דעם, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועט אין קורצן אָניאָגן סאַודיע. דערצו האָט ליביע אויך גענומען פֿאַרקויפֿן איר נאַפֿט. אין איראַק, ניט געקוקט אויף אַלע טרויעריקע נײַעס וואָס קומען אָן פֿון דאָרטן, בלײַבן די נאַפֿט-רײַכע געגנטן אין די הענט פֿון דער רעגירונג צי פֿון די קורדן.

די ווילדע שטיק פֿון פּוטינס רעזשים שרעקן ניט די לײַט, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיטן מיסחר פֿון נאַפֿט. ניט געקוקט אויף פּוטינס נטיה צו רעכענען זיך ווייניק מיט עקאָנאָמישע פֿאַקטאָרן, איז ער, פֿון דעסטוועגן, ניט אינגאַנצן אַראָפּ פֿון זינען; ער וועל דאָך ניט איבערלאָזן זײַן לאַנד אָן געלט. אַריבער אַ העלפֿט פֿון דעם רוסישן בודזשעט ווערט פֿינאַנצירט אַ דאַנק פֿאַרקויפֿן נאַפֿט און גאַז. נאַפֿט אַליין האָט אין יאָר 2013 געבראַכט אַ דריטל פֿונען רווח, וואָס דאָס לאַנד באַקומט פֿון עקספּאָרט. מאָסקווע קען אַזוי אָדער אַנדערש איבערלעבן כּלערליי סאַנקציעס, אָבער אָן דעם ענערגאָ-מיסחר וועט דאָס לאַנד זיך פּשוט שטיין אין געפֿאַר פֿון אַן עקאָנאָמישער קאַטאַסטראָפֿע. דאָס מאַכט רויִקער, און ממילא ביליקער, דעם מאַרק.

אין רוסלאַנד, אָבער, הערשט ניט קיין רויִקייט. אַפֿילו ניט קיין גרויסער שינוי אין די פּרײַזן, אין גאַנצן אויף עטלעכע פּראָצענט, קען זיך דאָרטן אָפּרופֿן מיט ערנסטע עקאָנאָמישע קאָפּווייטיקן, שאַפֿן לעכער אין דעם בודזשעט, בפֿרט נאָך אויפֿן פֿאָן פֿון אַזוי אויך ניט קיין פֿריילעכן מצבֿ. מע הערט שוין ניט פֿון מאָסקווע די אַמאָלקע רייד וועגן דעם, אַז רוסלאַנד האָט ניט געליטן פֿונעם קריזיס, וועלכער האָט אַרומגעכאַפּט די מערבֿדיקע וועלט. איצט, ווען די מערבֿדיקע וועלט גייט דווקא אַרויס פֿונעם קריזיס, איז רוסלאַנד אַרײַן אין אַן אייגענער רעסעסיע, און ווײַטער, ווען די סאַנקציעס וועלן זיך פֿילן אַלץ שטאַרקער, וועט זײַן נאָך שווערער.

אין 2013 פֿלעגט רוסלאַנד פֿאַרדינען פֿון פֿאַרקויפֿן נאַפֿט, דורכשניטלעך, 482 מיליאָן דאָלאַר אַ טאָג. טאָמער וועט דער פּרײַז פֿון נאַפֿט פֿאַלן אין משך פֿון אַ יאָר אויף 1 דאָלאַר, וועט דער מלוכישער בודזשעט באַקומען שטײַערן אויף 1.4 ביליאָן דאָלאַר ווייניקער. דאָס זײַנען, דאַכט זיך, שוין ניט אַזעלכע ריזיקע געלטער פֿאַר רוסלאַנד, אָבער מע דאַרף דאָך זיי אויך ערגעץ געפֿינען. בינו-לבינו, מוז רוסלאַנד אַרײַנלייגן ביליאָנען אין דער אוקראַיִנישער אַוואַנטורע. נאָר דאָס אײַנשליסן קרים אין דער סטרוקטור פֿון דער מלוכה קאָסט משוגענע געלטער.

קרים איז הײַנט, אין תּוך אַרײַן, אָפּגעשניטן פֿון דער „אַלט-רוסישער‟ טעריטאָריע. די איינציקע פֿאַרבינדונג (אַ חוץ דער אַוויאַציע) איז דורך דעם פּראָם, און דאָס הייסט אַז, דעם זומער, מוזן אויטאָס וואַרטן ביז צוויי מעת-לעת, כּדי צו קריגן אַן אָרט אויף אַ שיף. מע זאָגט צו אויפֿצובויען אַ בריק, וואָס וועט קאָסטן ניט ווייניקער פֿון 7 ביליאָן דאָלאַר. אָבער דאָס קלינגט ווי אַן אָפּטימיסטישע אָפּשאַצונג. און דאָס איז בלויז אַ טייל פֿון די צענדליקער ביליאָנען, וועלכע מע קלײַבט זיך אינוועסטירן אין קרים.

פֿאַר דער מלחמה אין אוקראַיִנע מוז מען אויך צאָלן. עס קאָסט געלט צו האַלטן בײַ דער גרענעץ צענדליקער טויזנטער זעלנער. און מע דאַרף באַצאָלן די רוסן און ניט-רוסן, וואָס שלאָגן זיך אין אוקראַיִנע גופֿא. שוין אָפּגעשמועסט פֿונעם פּרײַז, וואָס מע צאָלט פֿאַר געווער און אַנדערע זאַכן, וועלכע מע שיקט בגנבֿה קיין אוקראַיִנע. און אומדירעקט קאָסט די מלחמה אויך גרויסע געלטער, בלי-ספֿק גרעסערע ווי עס קאָסט די עצם מלחמה.

הקיצור, דער פּרײַז פֿון נאַפֿט איז וויכטיק ניט נאָר עקאָנאָמיש. בפֿרט ווען מע דערמאָנט זיך, אַז דווקא דער פֿאַלנדיקער פּרײַז פֿון נאַפֿט אין די 1980ער יאָרן האָט אַרײַנגעטריבן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אין אַזאַ טעמפּן ווינקל, פֿון וועלכן ער איז שוין ניט אַרויס ווי אַן איינהײַנטלעכע מדינה. מע טענהט, אַז הינטער יענעם פּרײַז-אָפּוואַלגער איז געשטאַנען אַמעריקע, וועלכע האָט זיך הינטער די קוליסן צונויפֿגערעדט מיט סאַודיע. קיין חידוש ניט, אַז ליבהאָבער פֿון קאָנספּיראַלאָגישע טעאָריעס זײַנען זיכער, אַז הײַנט טוט אַמעריקע אויך עפּעס אַזוינס, כּדי אונטערצורײַסן דעם עקאָנאָמישן יסוד פֿון פּוטינס ממשלה.

איז עס טאַקע אַזוי? עקאָנאָמיסטן טענהן, אַז הײַנט וועט אַמעריקע ניט וועלן און ניט קענען איבערחזרן דעם קונץ פֿון די 1980ער יאָרן. עס לוינט זיך ניט עקאָנאָמיש, ווײַל אַמעריקע אַנטוויקלט זייער טײַערע ענערגיע־פּראָיעקטן, וועלכע וועלן ווערן עקאָנאָמיש ניט־באַרעכטיקט, טאָמער דער פּרײַז פֿון נאַפֿט וועט זיך היפּש אַראָפּלאָזן.