ידיעות פֿון מעלבורן

News from Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published September 02, 2014, issue of September 26, 2014.

דער מיטגרינדער פֿון „צדק‟ רעזיגנירט

די אָרגאַניזאַציע „צדק‟ איז געגרינדעט געוואָרן מיט דרײַ יאָר צוריק ווי די שטימע פֿון ייִדן, וועלכע האָבן קינדווײַז געליטן פֿון סעקסועלע מיסברויכן אין אויסטראַליע. צווישן די גרינדער איז געווען מעני וואַקס, וואָס איז אויסגעוואַקסן אין די חב”דישע קרײַזן אין מעלבורן. וואַקס איז אויך באַשטימט געוואָרן ווי דער גענעראַל-סעקרעטאַר פֿון דער אָרגאַניזאַציע. די דאָזיקע שטעלע וועט ער פֿאַרלאָזן אין חודש נאָוועמבער הײַיאָר. כאָטש עס איז מעגלעך, אַז ער וועט דעמאָלט ווערן אַ מיטגליד פֿון „צדקס‟ עצה-געבער ראַט, איז נאָך נישט זיכער, וואָס וואַקס פּלאַנירט צו טאָן אין דער צוקונפֿט.

דרײַ פֿאַרברעכער זײַנען פֿאַרמישפּט געוואָרן אין מעלבורן במשך פֿון די פֿאָריקע דרײַ יאָר פֿאַר האָבן באַגאַנגען סעקסועלע מיסברויכן קעגן ייִדישע קינדער. צוויי זײַנען געווען אָנגעשטעלטע בײַ ישיבֿה־קאָלעדזש אין מעלבורן, און איינער איז געווען אַן אָנגעשטעלטער פֿון „מכּבי‟ אויסטראַליע, ווען די פֿאַרברעכנס זײַנען באַגאַנגען געוואָרן. וואַקס אַליין האָט געליטן פֿון אַזעלכע מיסברויכן בעת ער איז געווען אַ תּלמיד אין ישיבֿה־קאָלעדזש. ער קלאָגט אָן די טאָגשול און איר אָנפֿירערשאַפֿט אין געריכט פֿאַר נישט פֿאַרטיידיקן זײַנען רעכט ווי אַ קינד.

לעצטנס, האָט ער געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע בײַ דער רעגירונגס-אויספֿאָרשונג פֿון סעקסועלע מיסברויכן, וועלכע זײַנען באַגאַנגען געוואָרן קעגן קינדער אין רעליגיעזע אַנשטאַלטן. וואַקסעס עלטערן זאָגן, אַז זיי האָבן געמוזט פֿאַרלאָזן מעלבורן צוליב דער רעאַקציע פֿון די חב”דישע קרײַזן אין אויסטראַליע נאָך דעם, ווי מעני האָט געמאָלדן עפֿנטלעך, אַז סעקסועלע מיסברויכן זײַנען באַגאַנגען געוואָרן קעגן אים. דאָס איז געווען אין יאָר 2011. זיי זאָגן, אַז זיי זײַנען געווען ווי אין חרם.

איצט וווינען די עלטערן אין מדינת־ישׂראל. איידער ער איז געוואָרן דער גענעראַל-סעקרעטאַר פֿון „צדק‟, האָט מעני וואַקס געדינט ווי דער הויפּט פֿון דער אָרגאַניזירטער ייִדישער קהילה אין דער אויסטראַלישער הויפּט-שטאָט, קאַנבערע. „צדק‟ האָט באַקומען אַ גרויסע פֿינאַנציעלע בײַשטײַערונג אויף עטלעכע יאָר, הײַיאָר — פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג.

דער ישׂראלדיקער קינאָ־פֿעסטיוואַל

דער צוויי-וואָכיקער ישׂראלדיקער פֿילם-פֿעסטיוואַל האָט זיך געעפֿנט אין מעלבורן. דער פֿאָרזיצער פֿונעם פֿעסטיוואַל האָט באַדאַנקט די מענטשן, וועלכע זײַנען בײַגעווען אויף דער דערעפֿענונג פֿונעם פֿעסטיוואַל זאָגנדיק, אַז עס איז נישט פּאַסיק צו באַשולדיקן אַלע ייִדן פֿאַר די צרות אין מיטלען מיזרח, אַזוי ווי עס טוען די, וועלכע אָרגאַניזירן אַ בויקאָט פֿונעם פֿעסטיוואַל.

פּראָפֿעסאָר סטיווען זיפּערשטיין צוגאַסט אין מעלבורן

דער ייִדישער היסטאָריקער פּראָפֿעסאָר סטיווען זיפּערשטיין פֿון סטאַנפֿאָרד אוניווערסיטעט אין קאַליפֿאָרניע קומט צו גאַסט קיין מעלבורן. ער איז דער גאַסט פֿונעם אויסטראַלישן צענטער פֿאַר ייִדישער ציוויליזאַציע בײַ מאָנאַש־אוניווערסיטעט, וווּ ער וועט האַלטן רעפֿעראַטן וועגן קינדהייט, ליבע און טויט אינעם תּחום־המושבֿ, וועגן דער ליטעראַטור בײַ ייִדן במשך פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט און וועגן דער השפּעה פֿונעם קעשענעווער פּאָגראָם אויף דער ייִדישער געשיכטע.

סידנעיער פֿרוי ווערט באַערט פֿונעם פּוילישן קאָנסולאַט

די פֿאָרשטייערין פֿונעם פּוילישן קאָנסולאַט, רעגינאַ יורקאָווסקאַ (לינקס), מיט רעגינע זיעלינסקי, נאָכן צוטיילן איר דעם מעדאַל פֿאַר איר העלדישקייט אינעם אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר
די פֿאָרשטייערין פֿונעם פּוילישן קאָנסולאַט, רעגינאַ יורקאָווסקאַ (לינקס), מיט רעגינע זיעלינסקי, נאָכן צוטיילן איר דעם מעדאַל פֿאַר איר העלדישקייט אינעם אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר

פֿרוי רעגינע זיעלינסקי, וואָס וווינט איצט אין סידנעי, האָט מיידלווײַז אָנטיילגענומען אינעם אויפֿשטאַנד אינעם נאַצישן לאַגער אין סאָביבאָר. זי איז געבוירן געוואָרן אין שיעדליץ און איז פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סאָביבאָר אין 1942 צו זיבעצן יאָר. דער אויפֿשטאַנד אין סאָביבאָר האָט זיך אָנגעהויבן דעם 14טן אָקטאָבער, 1943, ווען די געפֿאַנגענע האָבן דערהרגעט עלף וועכטער און אונטערגעצונדן דעם לאַגער. עטלעכע הונדערט זײַנען אַנטלאָפֿן אין די וועלדער, אָבער נאָר אַ פֿופֿציק מענער האָבן איבערגעלעבט די מלחמה.

אַן ערך אַ פֿערטל מיליאָן זײַנען אומגעקומען אינעם לאַגער סאָביבאָר. פֿרוי זיעלינסקי איז איינע פֿון די ווייניק אָנטיילנעמער אינעם אויפֿשטאַנד, וועלכע לעבן נאָך הײַנט צו טאָג. זי איז באַערט געוואָרן פֿונעם פּוילישן קאָנסול-גענעראַל אין סידניע מיט דער אויסצייכענונג פֿונעם „ריטערלעכן קרייץ‟ פֿונעם מעלה-אָרדן בײַם פּוילישן רעפּובליק פֿאַר איר העלדישקייט במשך פֿונעם ווידערשטאַנד, און פֿאַר איר לאַנג-יאָריקער אַרבעט בײַם רעדן מיט מיטלשול־תּלמידים און תּלמידות און אַנדערע וועגן אירע איבערלעבונגען במשך פֿונעם חורבן.

אָפֿענער רעפֿעראַט וועגן דעם באַד-אַראָלסאָן חורבן-אַרכיוו

פּאָל שאַפּיראָ פֿירט אָן מיטן פּראָיעקט צו עפֿענען די אַרכיוון פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער אויסזוך-דינסט צו די שארית־הפּליטה און אַנדערע בײַם אַמעריקאַנער חורבן־אָנדענק מוזעום. בעת זײַן וויזיט אין מעלבורן וועט ער רעדן וועגן אָט דער אַרבעט בײַם ייִדישן חורבן פֿאָרש-צענטער און מוזעום אין מעלבורן.

אויסשטעלונג פֿון יאָסל בערגנערס קונסט

דער ייִדישער קינסטלער יאָסל בערגנער איז דער זון פֿונעם פּאָעט מלך ראַוויטש. ער איז געבוירן געוואָרן אין ווין און האָט געוווינט אין אויסטראַליע צווישן 1937 און 1948. נאָך צוויי יאָר אין אייראָפּע האָט ער זיך באַזעצט אין מדינת־ישׂראל, וווּ ער האָט פֿאָרגעזעצט זײַן קאַריערע ווי אַ קינסטלער. דאָרט האָט ער געוווּנען די ישׂראל־פּרעמיע פֿאַר זײַנע מאָלערײַען. צו נײַנציק יאָר האָט בערגנער אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ סקולפּטאָר, און אַ נײַע אויסשטעלונג פֿון פֿופֿצן סקולפּטורן זײַנע וועט זיך בקרובֿ עפֿענען אין אַ בכּבֿודיקער מעלבורנער גאַלעריי.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.