דאָס נײַע ייִדישלאַנד: צו דער פֿינלענדישער סטאַנציע

The New Yiddishland: To the Finland Station

די העלסינקי־טרופּע „דאָס ייִדישע וואָרט” לייענט דעם טעקסט פֿון אַנ־סקיס דראַמע „דער דיבוק”. 2טער פֿון רעכטס ד”ר סימאָ מויִר, 3טע פֿון לינקס — מיקיילע האַסאַן, מײַ 2014.
די העלסינקי־טרופּע „דאָס ייִדישע וואָרט” לייענט דעם טעקסט פֿון אַנ־סקיס דראַמע „דער דיבוק”. 2טער פֿון רעכטס ד”ר סימאָ מויִר, 3טע פֿון לינקס — מיקיילע האַסאַן, מײַ 2014.

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published September 05, 2014, issue of September 26, 2014.

די פֿינלענדישע באַן־סטאַנציע איז געוואָרן באַקאַנט נאָך דעם, ווי לענין איז אַהין אָנגעקומען פֿון „גלות‟ אין דער שווייץ, איידער ער איז ווײַטער געפֿאָרן אָנטיילצונעמען אין דער רוסישער אָקטאָבער־רעוואָלוציע, האַרבסט 1917.

אין דער הײַנטיקער שטאָט העלסינקי, וואָס צייכנט זיך אויס מיט איר „יוגנטסטיל‟־אַרכיטעקטור פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, האָט מען לענינס יעדן טראָט אָפּגעמערקט מיט אַ שילדל און מיט אַ היסטאָרישער באַשרײַבונג. אָבער אויב מע וויל זיך דערוויסן וועגן דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון פֿינחלאַנד, דאַרף מען רעדן מיט ד”ר סימאָ מויִר פֿונעם העלסינקער אוניווערסיטעט, וועלכער האָט מיך פֿאַרבעטן אַהין.

פֿרײַטיק־צו־נאַכטס וועטשערע בײַ סימאָ מויִר, העלסינקי, מײַ 2014.
פֿרײַטיק־צו־נאַכטס וועטשערע בײַ סימאָ מויִר, העלסינקי, מײַ 2014.

פֿון די אַלע לענדער אויף מײַן נסיעה, האָב איך, צום ווייניקסטנס, געקענט די געשיכטע פֿון פֿינלאַנד — סײַ די ייִדישע, סײַ די אַלגעמיינע. אַז ס’איז דאָרטן פֿאָרגעקומען אַ בירגערקריג אין 1917, און אַז 37,000 מענטשן זענען געפֿאַלן אין די שלאַכטן, וואָס די „ווײַסע‟ (נישט־סאָציאַליסטן) האָבן געוווּנען, האָב איך געהערט צום ערשטן מאָל. אַז הונדערטער פֿינישע ייִדן האָבן געקעמפֿט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אויף דער זײַט פֿון די דײַטשן קעגן דער סאָוועטישער אַרמיי, איז אויך פֿאַר מיר געווען אַ נײַעס. עס זעט אויס, אַז די פֿינישע געשיכטע איז אַ קאָמפּליצירטע…

אין מויִרס ערשט בוך האָט ער געפֿאָרשט די ייִדישע שפּראַך אין העלסינקי, און כאָטש הײַנט שרײַבט ער מער וועגן דער געשיכטע פֿונעם חורבן און דעם אַנטיסעמיטיזם אין לאַנד, איז ער געבליבן דער אָרטיקער עקספּערט אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש. מויִר איז נישט בלויז אַ פֿאָרשער, נאָר אויך אַ קולטור־טוער, אַן איבערגעגעבענער ייִדישיסט, וואָס וויל פֿאַרבינדן דעם נעכטן פֿון דער פֿיניש־ייִדישער קולטור מיטן הײַנט.

למשל, נאָך דעם ווי מויִר האָט אויסגעפֿונען וועגן אַ פֿאָרשטעלונג פֿון שלום־עליכמס פּיעסע „מזל־טובֿ‟ אויף ייִדיש אין די 1920ער יאָרן אין העלסינקי, האָט ער געהאָלפֿן אויפֿצופֿירן די זעלביקע פּיעסע מיט דער איצטיקער ייִדישער טעאַטער־טרופּע, „דאָס ייִדישע וואָרט‟. ער מיט דער רעזשיסאָרין מיקיילע האַסאַן פֿירן אָן מיט דער טרופּע.