דאָס נײַע ייִדישלאַנד: צו דער פֿינלענדישער סטאַנציע

The New Yiddishland: To the Finland Station

די העלסינקי־טרופּע „דאָס ייִדישע וואָרט” לייענט דעם טעקסט פֿון אַנ־סקיס דראַמע „דער דיבוק”. 2טער פֿון רעכטס ד”ר סימאָ מויִר, 3טע פֿון לינקס — מיקיילע האַסאַן, מײַ 2014.
די העלסינקי־טרופּע „דאָס ייִדישע וואָרט” לייענט דעם טעקסט פֿון אַנ־סקיס דראַמע „דער דיבוק”. 2טער פֿון רעכטס ד”ר סימאָ מויִר, 3טע פֿון לינקס — מיקיילע האַסאַן, מײַ 2014.

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published September 05, 2014, issue of September 26, 2014.

די פֿינלענדישע באַן־סטאַנציע איז געוואָרן באַקאַנט נאָך דעם, ווי לענין איז אַהין אָנגעקומען פֿון „גלות‟ אין דער שווייץ, איידער ער איז ווײַטער געפֿאָרן אָנטיילצונעמען אין דער רוסישער אָקטאָבער־רעוואָלוציע, האַרבסט 1917.

אין דער הײַנטיקער שטאָט העלסינקי, וואָס צייכנט זיך אויס מיט איר „יוגנטסטיל‟־אַרכיטעקטור פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, האָט מען לענינס יעדן טראָט אָפּגעמערקט מיט אַ שילדל און מיט אַ היסטאָרישער באַשרײַבונג. אָבער אויב מע וויל זיך דערוויסן וועגן דער ייִדישער קולטור־געשיכטע פֿון פֿינחלאַנד, דאַרף מען רעדן מיט ד”ר סימאָ מויִר פֿונעם העלסינקער אוניווערסיטעט, וועלכער האָט מיך פֿאַרבעטן אַהין.

פֿרײַטיק־צו־נאַכטס וועטשערע בײַ סימאָ מויִר, העלסינקי, מײַ 2014.
פֿרײַטיק־צו־נאַכטס וועטשערע בײַ סימאָ מויִר, העלסינקי, מײַ 2014.

פֿון די אַלע לענדער אויף מײַן נסיעה, האָב איך, צום ווייניקסטנס, געקענט די געשיכטע פֿון פֿינלאַנד — סײַ די ייִדישע, סײַ די אַלגעמיינע. אַז ס’איז דאָרטן פֿאָרגעקומען אַ בירגערקריג אין 1917, און אַז 37,000 מענטשן זענען געפֿאַלן אין די שלאַכטן, וואָס די „ווײַסע‟ (נישט־סאָציאַליסטן) האָבן געוווּנען, האָב איך געהערט צום ערשטן מאָל. אַז הונדערטער פֿינישע ייִדן האָבן געקעמפֿט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אויף דער זײַט פֿון די דײַטשן קעגן דער סאָוועטישער אַרמיי, איז אויך פֿאַר מיר געווען אַ נײַעס. עס זעט אויס, אַז די פֿינישע געשיכטע איז אַ קאָמפּליצירטע…

אין מויִרס ערשט בוך האָט ער געפֿאָרשט די ייִדישע שפּראַך אין העלסינקי, און כאָטש הײַנט שרײַבט ער מער וועגן דער געשיכטע פֿונעם חורבן און דעם אַנטיסעמיטיזם אין לאַנד, איז ער געבליבן דער אָרטיקער עקספּערט אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדיש. מויִר איז נישט בלויז אַ פֿאָרשער, נאָר אויך אַ קולטור־טוער, אַן איבערגעגעבענער ייִדישיסט, וואָס וויל פֿאַרבינדן דעם נעכטן פֿון דער פֿיניש־ייִדישער קולטור מיטן הײַנט.

למשל, נאָך דעם ווי מויִר האָט אויסגעפֿונען וועגן אַ פֿאָרשטעלונג פֿון שלום־עליכמס פּיעסע „מזל־טובֿ‟ אויף ייִדיש אין די 1920ער יאָרן אין העלסינקי, האָט ער געהאָלפֿן אויפֿצופֿירן די זעלביקע פּיעסע מיט דער איצטיקער ייִדישער טעאַטער־טרופּע, „דאָס ייִדישע וואָרט‟. ער מיט דער רעזשיסאָרין מיקיילע האַסאַן פֿירן אָן מיט דער טרופּע.

דעם האַרבסט־זמן וועט די טרופּע פֿאָרשטעלן די קלאַסישע דראַמע פֿון ש. אַנ־סקי „דער דיבוק‟, און די פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען דעם 1טן דעצעמבער 2014 אינעם „אוניווערסום־טעאַטער‟ אין העלסינקי. ד”ר מויִר האָט מיך פֿאַרבעטן, איך זאָל קומען פֿון שטאָקהאָלם, און סײַ געבן אַ לעקציע וועגן דיבוקים אינעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, סײַ זײַן דערבײַ, ווען די טרופּע לייענט דעם סקריפּט פֿונעם „דיבוק‟, איך זאָל קענען געבן קריטיק אויפֿן אַרויסרעד, אויסטײַטש אָדער די רעזשיסאָרישע באַשלוסן, וואָס שייך דעם פֿאַרקירצטן טעקסט.

מײַן פֿרוי נחמה סאָקאָלאָוו און איך האָבן פֿאַרלאָזט שוועדן און אָנגעקומען קיין העלסינקי נאָך אין דער פֿרי, כּדי איך זאָל אויך קענען האַלטן אַ לעקציע וועגן ייִדישן פֿאָלקלאָר בײַ טאָג אינעם אוניווערסיטעט. אויפֿן פֿעלד פֿון פֿאָלקלאָר פֿאַרנעמט פֿינלאַנד אַן אָנגעזעען אָרט. פֿינישע פֿאָרשער האָבן שוין אין מיטן 19טן יאָרהונדערט ערנסט אויסגעאַרבעט מעטאָדן ווי אַזוי צו באַטראַכטן און באַהאַנדלען פֿאָלקס־מעשׂיות און אַנדערע פֿאָלקס־טעקסטן — זייער עלטער, זייער אָפּשטאַם און די אַנטוויקלונג פֿון די כּלערליי וואַריאַנטן. מע רופֿט עס אַפֿילו אָן „דער פֿינישער מעטאָד‟. איז נישט קיין וווּנדער, וואָס אינעם העלסינקער אוניווערסיטעט און אין אַנדערע פֿינישע אוניווערסיטעטן געפֿינען זיך פֿאָלקלאָר־אָפּטיילן אָדער סתּם אויסגעשולטע פֿאָלקלאָריסטן. איינער אַ פֿינישער חבֿר מײַנער פֿון גראַדויִר־שול, פּראָפֿ’ פּערטי אַנטאָנעאָן האָט מיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיטן פֿאָלקלאָר־אָפּטייל פֿונעם העלסינקער אוניווערסיטעט צו אַראַנזשירן דעם רעפֿעראַט.

אַזוי ווי ס’איז געווען דער לעצטער טאָג פֿאַר דער וואַקאַציע אין אוניווערסיטעט איז געקומען אַ שיטערער, אָבער גאָר חשובֿער עולם צו מײַן אַקאַדעמישער לעקציע — באַקאַנטע פֿאָלקלאָריסטן, צווישן זיי — דער אַמעריקאַנער פֿראָפֿ’ ריטשאַרד באַומאַן, איינער פֿון די בויערס פֿון דער הײַנטיקער פֿאָלקלאָר־פֿאָרשונג. אין זײַן ערשטער געדרוקטער אַרבעט, נאָך ווי אַ סטודענט אין די 1960ער יאָרן, האָט באַומאַן אַנאַליזירט די אינסטרוקציעס ווי צו פֿאַרשרײַבן אַ ייִדיש פֿאָלקסליד לויטן ייִדישן פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן. עס שטעלט זיך אַרויס, אַז זײַן מאַמע האָט געזונגען ייִדישע לידער פֿאַר כּהנען אין די 1930ער יאָרן.

דעם צווייטן טאָג האָב איך זיך געטראָפֿן מיט דער דראַמע־טרופּע, וועלכע האָט נישקשהדיק פֿירגעלייענט זייערע ראָלעס פֿונעם „דיבוק‟, באַאַרבעט פֿון מויִר און האַסאַן. אויף דער לינקער זײַט פֿונעם סצענאַר האָט מען געלייענט דעם ייִדישן טעקסט, געשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות, און אויף דער רעכטער זײַט, די פֿינישע איבערזעצונג. די אַקטיאָרן — טייל יונגע אין די 20ער יאָרן, אַנדערע עלטער מיט 20, 30 יאָר, — האָבן זיך גוט אַרײַנגעקלערט אין זייערע ראָלעס. כאָטש מע האָט געהערט אַ סך שפּראַכיקע גרײַזן, וואָס איך האָב אויסגעבעסערט, האָט מען געזען, אַז די פֿאָרשטעלונג וועט זײַן אַן ענערגישע און פֿאַרווײַלערישע, אַ דאַנק דער רעזשי פֿון האַסאַן און מי פֿון די אַרטיסטן.

פֿרײַטיק־צו־נאַכטס האָט ד”ר מויִר פֿאַרבעטן אַ צאָל פֿרײַנד צו זיך אַהיים. דאָרטן האָב איך זיך באַקענט מיט כאָריסטן פֿון דער אָרגאַניזאַציע „הזמיר‟, אַ ייִדישער כאָר, וואָס מע האָט געגרינדעט אין פֿינלאַנד אין 1917, באַלד נאָך דעם ווי די ייִדן אין לאַנד זענען געוואָרן פֿינישע בירגער. נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָבן 120 זינגערס זיך באַטייליקט, און הײַנט זינגט מען ווײַטער סײַ ייִדישע פֿאָלקסלידער, סײַ העברעיִשע לידער.

די היימישע סבֿיבֿה בײַ דעם פֿרײַטיקס־צו־נאַכטס אין העלסינקי האָט מיך דערמאָנט אין די אינטימע ייִדישע וועטשערעס אין ניו־יאָרק, אין בערלין, לאָנדאָן, פּאַריז, ווין, שטראַסבורג, האַמבורג, וווּ מע האָט געזונגען צוזאַמען און גוט פֿאַרברענגט אויף ייִדיש. כאָטש פֿינלאַנד איז אַ ווײַטער מהלך לויט דער אַלגעמיינער געאָגראַפֿיע, איז זי אָבער גאָר נאָענט ווי אַ טייל פֿון דער פֿרײַער רעפּובליק, וואָס הייסט ייִדישלאַנד.