פֿערדינאַנד לאַסאַל — אַ מוסטער פֿאַר ייִדישע סאָציאַליסטן

Ferdinand Lassalle – a model for Jewish socialists

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published September 07, 2014, issue of September 26, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ניט צופֿעליק האָבן די גרינדער פֿון „פֿאָרווערטס‟, אין אַפּריל 1897, באַשלאָסן אָנצורופֿן די צײַטונג מיטן נאָמען פֿון דער צענטראַלער צײַטונג פֿון די דײַטשישע סאָציאַל-דעמאָקראַטן. מע האָט עס געטאָן, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס דאָס וואָרט „פֿאָרווערטס‟ האָט געקלונגען זייער דײַטשיש אַפֿילו לויט די סטאַנדאַרטן פֿון דעם זייער דײַטשמערישן נוסח פֿון ייִדיש, וועלכן מע האָט גענוצט דעמאָלט אין די ייִדישע סאָציאַליסטישע פּובליקאַציעס.

אַ וועלט האָט מען געהאַלטן פֿון לאַסאַלן צווישן די ייִדישע סאָציאַליסטן. אין יאָר 1912, ווען דער „פֿאָרווערטס‟ האָט זיך אַרײַנגעצויגן אין זײַן נײַעם בנין אין איסט-בראָדוויי, האָט אויף דעם פֿאַסאַד אַרויסגעשײַנט — און עס שײַנט אַרויס אויך הײַנט — דער באַרעליעף פֿון לאַסאַלן, צוזאַמען מיט די באַרעליעפֿן פֿון קאַרל מאַרקסן, פֿרידריך ענגעלסן און עמעצן, וואָס די היסטאָריקער זײַנען ניט זיכער, ווער דער דאָזיקער מענטש איז, אפֿשר אויגוסט בעבעל. דער „פֿאָרווערטס‟ האָט געהאַט אַן אייגענעם לאַסאַלן ניט נאָר אויפֿן פֿאַסאַד פֿונעם בנין; דעם הויפּט-פֿאַרוואַלטער פֿון דער צײַטונג, ברוך וולאַדעקן (1886–1938), האָט מען גערופֿן „דער ייִדישער לאַסאַל‟.

לאַסאַל איז געבוירן געוואָרן אין ברעסלאַו, הײַנט, ווראָצלאַוו, אין אַ ייִדישער משפּחה. זײַן פֿאָטער, חיים, איז געווען אַ סוחר, האָט געהאַנדלט מיט זײַד און געוואָלט, אַז זײַן זון זאָל זיך אויך פֿאַרנעמען מיט געשעפֿטן. אָבער דעם זון, ווי עס זעט אויס, האָט מער געצויגן צו פֿילאָסאָפֿיע און פֿרויען. און נאָך איין זאַך איז געווען זייער וויכטיק פֿאַר אים, דהײַנו: יושר, קודם-כּל, דער סאָציאַלער יושר. ער האָט גענומען אַגיטירן פֿאַר אַלגעמיינע, גלײַכע און דירעקטע וואַלרעכט. ער האָט אויך געגלייבט, אַז מע דאַרף שאַפֿן פּראָדוציר-אַסאָציאַציעס, געזען אין זיי אַ רפֿואה פֿון אומברחמנותדיקער קאַפּיטאַליסטישער עקספּלואַטאַציע און אַ יסוד פֿאַר סאָציאַליזם.

זײַן באַציִונג צו ייִדישקייט האָט זיך געביטן אין משך פֿון זײַן לעבן. קיין פֿרומער איז ער, אַ פּנים, קיין מאָל ניט געווען, סײַדן אין די קינדער־יאָרן. ווי אַ יונגערמאַן האָט ער זיך געגרויסט מיט זײַן סעקולערער, קעמפֿערישער ייִדישקייט. אָבער שפּעטער, אונטער דער השפּעה פֿונעם פֿילאָסאָף יאָהאַן גאָטליב פֿיכטע, האָט ער אַנטוויקלט אין זיך אַ פֿײַנדשאַפֿט צו ייִדן. עס זײַנען באַקאַנט, למשל, אַזעלכע ווערטער זײַנע: „עס זײַנען פֿאַראַן צוויי קאַטעגאָריעס מענטשן, וועלכע איך קען ניט פֿאַרטראָגן: די ליטעראַטן און די ייִדן; און איך געהער, צום באַדויערן, צו ביידע קאַטעגאָריעס‟. אמת, צום סוף פֿון זײַן לעבן איז ער אין דער פֿראַגע געוואָרן ווייכער.

צו קבֿורה האָט מען אים געבראַכט ווי אַ ייִדן — אַזוי האָט געוואָלט זײַן מוטער, ראָזאַליע. אַ בלום פֿון זײַן קבֿר, ווי אויך אַ גרײַזל האָר פֿון זײַן קאָפּ היטן זיך אָפּ אין דעם אַרכיוו פֿון דעם לעאָ בעק-אינסטיטוט אין ניו-יאָרק, אין דער „פֿערדינאַנד לאַסאַל זאַמלונג‟. איך הייב ניט אָן צו וויסן, פֿון וואַנען אַזעלכע זאַכן האָבן זיך דאָרט גענומען.