גילגול פֿון חסיד צו „חובֿבֿי‟

Journey from Chasid to “Chovevei”

הרבֿ ישׂשׂכר כּ״ץ, זײַן פֿרוי — ד״ר שאַראָן פֿלאַטאָ, און זייערע זין, אַבֿי און גבֿריאל, אין „פּערלסטאָון־צענטער‟, מערילאַנד, וווּ זיי ביידע זענען געווען גאַסט־רעדנער חול־המועד פּסח 2013
Courtesy by Pearlstone Retreat Center
הרבֿ ישׂשׂכר כּ״ץ, זײַן פֿרוי — ד״ר שאַראָן פֿלאַטאָ, און זייערע זין, אַבֿי און גבֿריאל, אין „פּערלסטאָון־צענטער‟, מערילאַנד, וווּ זיי ביידע זענען געווען גאַסט־רעדנער חול־המועד פּסח 2013

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published September 14, 2014, issue of October 10, 2014.

(די 5 טע זײַט פֿון 5)

סוף־כּל־סוף, האָט כּ״ץ נישט געזען קיין אויסוועג, און געזאָגט זײַן פֿרוי, אַז ער וויל זיך גטן. זי האָט זיך גענומען שטאַרק צום האַרצן, און געפֿרעגט אַ שאלה בײַם סקאָלינער רבין, אַ פּאָפּולערע פֿיגור אַפֿילו בײַ ייִדן, וואָס זענען נישט קיין סקאָלינער חסידים. דער רבי האָט זי גלײַך געפֿרעגט, צי זי גאָלט זיך אָפּ דעם קאָפּ, צי נישט, האָט זי געענטפֿערט, אַז ניין. האָט ער איר געענטפֿערט: „נו, איז וואָס איז אײַך אַזאַ חידוש?‟

„ווען זי האָט עס מיר דערציילט, בין איך אַרויס פֿון די כּלים,‟ האָט כּ״ץ געזאָגט. „ערשטנס, ווען ער וואָלט מיך געקענט, וואָלט ער אַליין פֿאַרשטאַנען, אַז איר אָפּגאָלן דעם קאָפּ וואָלט געמאַכט די זאַך נאָך ערגער, און צווייטנס, ווי אוממענטשלעך דאָס איז געווען צו באַשולדיקן מײַן פֿרוי אין די צרות פֿון אונדזער צוזאַמענלעבן! האָט זי דען שוין נישט גענוג געליטן?‟

ערשט דעמאָלט האָט כּ״ץ באַשלאָסן, אַז ער מוז אַוועק פֿון דער חסידישער וועלט — אַרויסטרעטן אין דער „וויסטעניש‟, כּדי צו געפֿינען זײַן דרך ווי אַ מאָדערן־פֿרומער ייִד.

הײַנט וווינט ישׂשׂכר כּ״ץ אויף דער „אָפּער וועסט סײַד‟ פֿון מאַנהעטן, אַ געגנט באַפֿעלקערט פֿון ייִדן פֿון אַלע מינים — פֿון פֿרום ביז ריין־סעקולער — און ער פֿילט זיך דאָרט זייער היימיש. ער און זײַן צווייטע פֿרוי, ד״ר שאַראָן פֿלאַטאָ, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישע שטודיעס אין ברוקלין־קאָלעדזש, דאַווענען אין עטלעכע מנינים, אַרײַנגערעכנט „דרכי נועם‟, אַ טראַדיציאָנעלע שיל, וואָס דערלויבט די פֿרויען צו העלפֿן אָנפֿירן מיטן דאַווענען. זײערע קינדער — אַבֿי, 7 יאָר אַלט, און גבֿריאל, 5 יאָר אַלט — לערנען זיך אין דער אָנגעזעענער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער טאָגשול, „רמ״ז‟.

און ווי עס זעט אויס, האָט כּצ״ס לאַנגער גײַסטיקער וואַנדערוועג אַפֿילו משפּיע געווען אויף זײַנע קינדער פֿון דער ערשטער חתונה. זײַן עלטסטע טאָכטער, פּעסי (פּעסל־פֿריידע), וואָס איז הײַנט 26 יאָר אַלט, לערנט זיך אויף „מהרת‟ אינעם „דרישה־אינסטיטוט‟; זײַן 24־יאָריקער זון, אַשי (אשר־שמואל) האָט לעצטנס באַקומען די חשובֿע „פֿולברײַט־סטיפּענדיע‟ צו שטודירן נעווראָ־וויסנשאַפֿט אין דײַטשלאַנד, און זײַן מיזינקע, חווהלע (חווה־לאה), וואָס איז 18 יאָר, לערנט זיך אין „בראַווענדער‟, אַ באַרימטער סעמינאַר פֿאַר מיידלעך אין ירושלים.