אַ ייִדיש פֿאָלק, אָן ייִדישער בילדונג, קאָן ניט עקזיסטירן

Without a Solid Jewish Education, the Jews Can’t Survive

די נאָכמיטאָג־פּראָגראַם פֿאַר די תּלמידים פֿון דער „בן־גמלא האַליוווּד העברעיִשער ‘טשאַרטער’־שול‟
Uriel Heilman/JTA
די נאָכמיטאָג־פּראָגראַם פֿאַר די תּלמידים פֿון דער „בן־גמלא האַליוווּד העברעיִשער ‘טשאַרטער’־שול‟

פֿון ד״ר שלמה גאָלדמאַן

Published September 23, 2014, issue of October 10, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אין אַ פֿרײַער געזעלשאַפֿט איז די געפֿאַר פֿון אַסימילאַציע גרױס. זי װאַקסט געפֿערלעך. מיר האָבן פֿאַרלױרן, װי עס האָט אונטערגעשטראָכן ליִאָן װיזעלטיער, אײנער פֿון אונדזערע גרעסטע אינטעלעקטואַלן, אונדזער אײגן לשון, דאָס ערשטע מאָל אין אונדזער געשיכטע. העברעיִש האָט ניט פֿאַרביטן — ניט געװאָרן דער ממלא־מקום פֿון דער רײַכער ייִדישער װעלטשפּראַך. די אָפּפֿרעמדונג פֿון די יונגע דורות פֿון אונדזער קולטור־ירושה איז אַ גרױסע סכּנה.

מיר שטײען איצט פּנים־אל־פּנים אין קאַמף אױף צװײ פֿראָנטן: ישׂראל קעמפֿט פֿאַר איר פּאָליטישער עקזיסטענץ, אַרומגערינגלט פֿון אַ פֿאַנאַטישער מוסולמענישער שׂינאה, װאָס זוכט איר אומקום. די געפֿאַר, װאָס דראָט די ייִדישע תּפֿוצות, קאָן נאָר אַגרעסיווער װערן, אױב די ייִדישע אָרגאַניזירטע קערפּערשאַפֿטן מיט די שול־פֿאַרבאַנדן בראָש װעלן נישט אײַנזען, אַז די „מיטגלידערשאַפֿט‟ און „געלט־זאַמלונגען‟ װעלן נישט פֿאַרזיכערן אונדזער צוקונפֿט. ייִדישע דערציִונג אױף אַלע געביטן און פֿאַר אַלע שיכטן מוזן װערן די הױפּט־אינסטרומענטן פֿון פֿאַרשפּרײטן ייִדישקײט אין ברײטסטן זין פֿון װאָרט. ייִדישע טאָגשולן, זומער־קעמפּס און פּראָגראַמען פֿאַר ייִדישע סטודענטן אין די אוניװערסיטעטן מוזן באַקומען געהעריקע פֿינאַנציעלע הילף. אַ פֿאַמיליע מיט צװײ־דרײַ קינדער קאָן בשום־אופֿן נישט פֿאַרזיכערן זײער חינוך אין אַ טאָגשול. אַװוּ זײַנען די ציוניסטישע באַװעגונגען פֿון אַמאָל? װער זײַנען איצט די װאָרטזאָגער?

די מסקנות פֿון דעם לעצטן אױספֿרעג (census), די ייִדישע פֿאָלקס־צײלונג באַװײַזט, אַז אין 1950 זײַנען ייִדן געװען 3 פּראָצענט פֿון דעם אַמעריקאַנער פֿאָלק: אין 1980 — 2.4 פּראָצענט, און נאָר 2 פּראָצענט — אין 2010. אין 2050 װעלן מיר זײַן בלױז אַ בראָכטײל פֿון דער באַפֿעלקערונג. דאָס זעלבע װעט געשען מיט די ייִדן אין ענגלאַנד, שוין אָפּגערעדט פֿון אַנדערע לענדער. די צענטראַלקײט פֿון מדינת־ישׂראל װי אַ גאַראַנטיע פֿאַר אונדזער עקזיסטענץ איז אַבסאָלוט.

חײם גראַדע האָט אַ ליד „אַ תּורה אָן ייִדן‟. דאָס האָט ער געטענהט נאָכן חורבן. ס‘איז אָבער קײן ספֿק ניט, אַז „ייִדן אָן תּורה‟ איז אוממעגלעך. ייִדן אָן ייִדישקײט אין ברײטסטן זין פֿון װאָרט קאָנען ניט עקזיסטירן. די אַחריות פֿון אונדזער דור איז ממשיך צו זײַן די „מורשת האָבֿות‟. דער אינסטרומענט: צוריק אין חדר, װי ח.־נ. ביאַליק האָט געזאָגט.

אױפֿן שװעל פֿון דעם נײַעם יאָר תשע”ה לאָמיר זיך אונטערגאַרטלען און פֿאַרזיכערן אונדזער המשך וקיום. לשנה־טובֿה אונדזערע ייִדן באשר הם שם.