קאָזאַקן אױפֿן קאַמפּוס

Cossacks on Campus

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 30, 2014, issue of October 24, 2014.

דאָס בוך „פֿעלדער פֿון גלות‟
דאָס בוך „פֿעלדער פֿון גלות‟

יהודית, אַ יונגע פֿרױ, װאָס האָט עולה געווען מיט אַ יאָר צען צוריק, קערט זיך אום קײן קאַנאַדע, װײַל איר טאַטע איז טױטקראַנק. אין ישׂראל איז זי געװען פֿאַרטאָן אין דער שלום־באַװעגונג, געהאַט גוטע פֿרײַנד און געליבטע. אין טאָראָנטאָ פֿילט זי זיך אײנזאַם און דערשלאָגן. פֿאַרן שטאַרבן האָט איר דער טאַטע פֿאַרזאָגט, זי זאָל גײן זיך לערנען װײַטער אין אוניװערסיטעט, כּדי צו מאַכן אַ בעסערע קאַריערע אין לעבן; און זי פֿאַרשרײַבט זיך אױף אַ מאַגיסטער־פּראָגראַם פֿון סאָציאַלער אַרבעט אין אַ פּראָװינציעלן אוניװערסיטעט ניט װײַט פֿון טאָראָנטאָ.

אַזױ הײבט זיך אָן דער ראָמאַן „פֿעלדער פֿון גלות‟ פֿון דער קאַנאַדער ייִדישער שרײַבערין נאָראַ גאָלד. לױטן אָרט פֿון האַנדלונג געהערט דאָס בוך צו דער קאַטעגאָריע פֿון קאַמפּוס־ראָמאַנען, װאָס זײער סיפּור־המעשׂה אַנטפּלעקט זיך אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה. לױט דער אידעיִשער ריכטונג איז דער ראָמאַן ציוניסטיש און פֿעמיניסטיש. אָנצושרײַבן אַ געראָטענעם ראָמאַן מיט אַן אידעע, איז ניט קײן פּשוטע אױפֿגאַבע; דערצו דאַרף מען אי שאַפֿן אַ שטאַרקן כאַראַקטער, װאָס פֿאַרקערפּערט די דאָזיקע אידעע אין לעבן, אי שילדערן זײַן סבֿיבֿה, װי אױך װײַזן דעם צד־שכּנגד, דעם קעגנערישן קוקווינקל.

יהודית איז טאַקע אַ קאָמפּליצירטע פּערזענלעכקײט. זי פֿילט זיך פֿרעמד אין דער קאַלטער װינטערדיקער שטאָט טאָראָנטאָ, װוּ זי האָט בלױז אײן לעבעדיקן נפֿש, מיט װעלכן זי האָט װאַרעמע און אינטימע באַציִונגען, איר חבֿר באָבי. אָבער אידעיִש שטײט באָבי אױפֿן אַנדערן צד. אַ דערפֿאָלגרײַכער אַדװאָקאַט, האַלט ער זיך בײַ קאָנסערװאַטיװע פּאָליטישע אָנזיכטן און איז פּראַגמאַטיש אין זײַן באַציִונג צום לעבן. ער האָט ניט קײן חשק צו לעבן אין ישׂראל, אָבער לעת־עתּה איז ער גוט פֿאַר יהודית, און זי האַלט אים פֿאַר איר געליבטן כּל־זמן זי איז אין קאַנאַדע.

די צרות מיטן אוניװערסיטעט אַנטפּלעקן זיך פּאַמעלעך. לכתּחילה איז יהודית אַנטציקט, לערנט זיך מיט געשמאַק און װערט מיטן קאָפּ פֿאַרטאָן אין דער עפֿנטלעכער אַקטיװיטעט. אָבער בהדרגה באַמערקט זי צװײ זאַכן: ערשטנס, אַז אײניקע פּראָפֿעסאָרן זײַנען באַזאָרגט בלױז מיט זײערע קאַריערעס און האַלטן זיך אין זײער טאָג־טעגלעכן לעבן ניט בײַ די הױכע מאָראַלישע פּרינציפּן, װאָס זײ דעקלאַרירן אין זײערע לעקציעס. און צװײטנס, אַז עס איז דאָ אַ קלײנע, אָבער זײער אַגרעסיװע גרופּע פֿון פֿאַרביסענע שׂונאי־ישׂראל, װאָס האַלטן אין זײערע הענט די גאַנצע עפֿנטלעכע אַקטיװיטעט אױפֿן קאַמפּוס.

די קולמינאַציע קומט בשעת דעם „אַנטי–אונטערדריקונג־טאָג‟, װען אַן אײַנגעלאַדענער אַנטיסעמיטישער רעדנער האַלט אַ פֿײַערדיקע דרשה קעגן ישׂראל. יהודית װערט אױסער זיך פֿאַר כּעס, פּרוּװט אַרויסרײַסן אַן אַנטיסעמיטישן פּלאַקאַט בײַ אײנעם אַן אָנטײלנעמער, אָבער װערט געשלאָגן מיט אַזאַ רציחה, װאָס זי מוז פֿאַרברענגען עטלעכע חדשים אין שפּיטאָל. אָבער דער סוף איז אַ גוטער: זי האָט אַ קינד מיט איר חבֿר באָבי, װאָס בלית־ברירה מוז איצט פֿאָרן מיט איר קײן ישׂראל. זי אַליין פֿאַרפֿירט אַ געריכט־פּראָצעס קעגן דעם אוניװערסיטעט, װאָס לאָזט האָפֿן, אַז אין ירושלים װעלן זײ ניט זײַן קײן קבצנים.

מען קאָן אַװדאי ניט אָפּלײקענען, אַז די קריטיק פֿון ישׂראל האָט טאַקע אָפֿטמאָל אַן אַנטיסעמיטישן בײַטעם; אַז עס טרעפֿן זיך אַנטיסעמיטישע אינצידענטן אין די צפֿון–אַמעריקאַנער אוניװערסיטעטן, און אַז ניט אַלע פּראָפֿעסאָרן זײַנען אָרנטלעכע מענטשן. דאָס אַלץ ליפֿערט אַ רײַכן רױשטאָף פֿאַר אַ ראָמאַן מיט געשפּאַנטע אינטריגעס, אָריגינעלע געדאַנקען און טיפֿע פּסיכאָלאָגישע חקירות. פֿון דעסטוועגן, פֿעלט ס׳רובֿ פֿון דעם אין „פֿעלדער פֿון גלות‟. עס בלײַבט ניט קלאָר, װאָס צו טאָן מיט יהודית און אירע פּראָבלעמען, און װער ס׳איז שולדיק אין אירע צרות — די בײזע קאַנאַדער אַנטיסעמיטן, אָדער אפֿשר טאַקע זי אַלײן?

יהודית איז אַ פֿרױ מיט שטאַרקע סעקסועלע פֿאַנטאַזיעס, װאָס צומאָל, בפֿרט װען זי זיצט אױף די נודנע לעקציעס, פֿאַרכאַפּן איר גאַנצן כּוח־הדמיון. אין ישׂראל האָט זי געהאַט אַ געליבטן, װאָס האָט פֿאַר איר פֿאַרקערפּערט דעם מאַנצבלישן מהות פֿונעם לאַנד. קײן נאָענטע באַציִונגען האָבן זײ ניט געהאַט, אָבער אין סעקס איז קײן בעסערער מײַסטער פֿון אים ניט געװען. און דאָס שטעלט אונטער אַ פֿראַגע־צײכן יהודיתס פֿעמיניזם, װאָס דאַרף, דאַכט זיך, באַפֿרײַען אַ פֿרױ פֿון דער פֿאַרשקלאַפֿטקײט צו דער מאַנצבלישער תּאװה. חוץ דעם, האָט מען רחמנות אױף באָבי, נעבעך, װײַל זײַענדיק אַ װױלער קאַנאַדער בחור און אַדװאָקאַט, װעט ער בשום־אופֿן ניט אויסהאַלטן די „קאָנקורענץ‟ מכּוח סעקס מיט אַן עכטן ישׂראלדיקן „צבר‟.

װי אַן אַרבעטערין אין דער סאָציאַלער דינסט, דאַרף יהודית וויסן װי אַזױ צו לײזן קאָנפֿליקטן, אַנטוויקלען באַציִונגען מיט פֿרעמדע, און אַרױסהעלפֿן זײ צו באַהאַנדלען זײערע פּראָבלעמען. די פֿראַגע איז אָבער, צי טויג זי טאַקע פֿאַר אַזאַ מין אַרבעט? פּסיכאָלאָגיש און עמאָציאָנעל איז זי ניט סטאַביל, זי קאָן ניט פֿאַרטײדיקן איר אייגענע פּאָזיציע און אײַנהאַלטן אירע געפֿילן. װען די פּראָפֿעסאָרן אינעם אוניװערסיטעט װאָלטן ניט געװען אַזױ טיף פֿאַרטאָן אין זײערע אײגענע רײַסערײַען, װאָלטן זײ מסתּמא גלײַך דערזען, אַז יהודית איז פּשוט ניט קײן פּאַסיקער מענטש פֿאַר אַזאַ אַרבעט.

איז װאָס זשע איז דער נימשל פֿונעם דאָזיקן משל? קודם־כּל, קאָן קײן אידעאָלאָגישע ריכטונג ניט ראַטעװען אַ ראָמאַן, װאָס איז ניט גוט אָנגעשריבן. „פֿעלדער פֿון גלות‟ איז פֿול מיט אױסגעדראָשענע קלישעען, װאָס זײַנען באַזאַלצט און באַפֿעפֿערט מיט עראָטישן שונד. צװײטנס, דאַרף מען געפֿינען פּאַסיקע העלדן צו פֿאַרקערפּערן אידעאָלאָגישע פּאָזיציעס. פּסיכאָלאָגיש איז יהודית אַן אינטערעסאַנטע געשטאַלט, אָבער זי איז צו מטושטש און מטורפֿהדיק פֿאַר איר ראָלע. און צום סוף, לאָזט זיך ערשט די גאַנצע מעשׂה אױס אין אַ סענסאַציאָנעלער מעלאָדראַמע, מיט אַ ביטער־זיסלעכן און גאַנץ „בורזשואַזן‟ סוף. ציוניזם און פֿעמיניזם פֿאַרדינען אַ בעסערע ליטעראַרישע באַהאַנדלונג!