סצענעס פֿון אַ סאָוועטיש־ייִדיש שטעטל פֿון די 1920ער

Scenes of A Soviet Shtetl in the 1920s


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published October 01, 2014, issue of October 24, 2014.

ווען איך באַקום אַ מיקראָפֿילם אין דער ביבליאָטעק פֿון ייִוואָ, לייען איך דעם באַשטעלטן טעקסט, און דערנאָך בלעטער איך געוויינטלעך דורך דעם גאַנצן מאַטעריאַל, וואָס איז אײַנגעפּאַקעוועט אויף דער טאַשמע.

די זאַך איז, אַז טעמאַטיש זײַנען די טאַשמעס כּולל פֿאַרשיידענע פּובליקאַציעס, אין וועלכע איך וואָלט אַנדערש אפֿשר קיין מאָל ניט אַרײַנגעקוקט. צו מאָל, שטויס איך זיך אָן אויף זייער אינטערעסאַנטע זאַכן. אַזוי איז עס געווען אויך מיט אַ וואָך צוריק, ווען איך האָב זיך אָנגעשטויסן אויף אַ ביכל מיט אַ טיטל וואָס האָט נישט געקלונגען איבעריק אינטערעסאַנט, „פּראַקטיק פֿון פּרוּוושול בײַם מינסקער ייִדפּעדטעכניקום‟, צונויפֿגעשטעלט דורך ש. ראַווין און וו. שאַץ.

די דאָזיקע אַרבעט, באַזירט אויף דער דערפֿאַרונג אין דער שול פֿון דעם ייִדישן פּעדאַגאָגישן טעכניקום, איז אַרויס אין יאָר 1928. זי דערציילט, ווי אַזוי מע האָט אין דעצעמבער 1927 גענומען אַ גרופּע תּלמידים און זיך געלאָזט אין פֿאַרשיידענע ערטער פֿון ווײַסרוסלאַנד. דער ציל איז געווען צו באַקענען דאָס יונגוואַרג מיטן לעבן פֿון די פּויערים, ווי אויך פֿון שטאָטישע און שטעטלדיקע תּושבֿים. אין דעם טעקסט פֿונעם ביכל זײַנען אַרײַנגעשטעלט אויסצוגן פֿון באַריכטן, אָנגעשריבן דורך די שילער. באַזונדערס אינטערעסאַנט (לכל-הפּחות פֿאַר מיר) זײַנען די באַשרײַבונגען פֿונעם שטעטל פּוכאָוויטש, וואָס איז צו יענער צײַט שוין געווען אַריבער זעקס הונדערט יאָר אַלט. דער ייִשובֿ האָט געהאַט נײַן גרויסע גאַסן און אַ סך געסלעך, „קליינע, אומעטיקע‟. נאָר צוויי גאַסן זײַנען געווען ברוקירט. בכלל, אַלץ האָט אויסגעזען זייער אָרעם, אַפֿילו נעבעכדיק, כאָטש די תּלמידים האָבן געשריבן, אַז די נאַטור האָט געמאַכט דאָס שטעטל פֿאַר אַ שיין אָרט, מיט אַ וואַלד אַרום אים.

אָט ווי עס האָט אויסגעזען דער שטעטלדיקער עולם:

די אײַנוווינער פֿון שטעטל גייען אין אַלטע זאַכן. די ווײַבער גייען אין קאָפֿטקעס, טראָגן שטיוול. די ייִדן גייען אָנגעטאָן אין טלית-קאָטנס, עס שלעפּן זיך נאָך די ציצות. ווען די ייִדן גייען אין גאַס, טוען זיי אָן אַ קאַפּאָטע. די קליינע קינדער גייען אין שטוב באָרוועסע. די קינדער, וואָס גייען אין שול, טראָגן פּעלצלעך. שבת טוען זיי אָן נײַע זאַכן.

אַ שטאַרקן אײַנדרוק האָט אויף די יונגע געסט געמאַכט דער שבתדיקער שטייגער אין פּוכאָוויטש. איינער פֿון די תּלמידים האָט אָנגעמאָלט אַזאַ בילד:

עס איז פֿרײַטיק בײַ טאָג. די גאַנצע שטוב קאָכט מיט שבת. עס הערן זיך אויסרופֿן פֿון פֿאַרשיידענע נפֿשות, גרויסע און קליינע. „מײַן טאָכטער, גיי קויף ליכט אויף שבת! איך האָב זייער אַ סך אַרבעט!‟ — שרײַט די באָבע דבֿורה צו איר אייניקל.

„ליבינקע, גיי, קויף דו, מײַן טאָכטער. איך דאַרף צוקלײַבן די שטוב לכּבֿוד שבת. גיי, מײַן טאָכטער, האָב אַ מיצווה!‟ — שרײַט אַ ווײַבל צו איר 6־יאָריקן מיידעלע.

דערווײַל הערט זיך אַן אויסרוף פֿון אַ פֿרומען ייִדן: „גייט, קויפֿט גאַזע [קעראָסין], גאַזע איז דאָך ניטאָ אויף שבת. מיר וועלן דאַרפֿן זײַן אין דער פֿינצטערניש.‟ מיט אַ מאָל עפֿנט זיך די טיר און עס גייט אַרײַן אַ ייִדענע: „דבֿורה, איר האָט אויסגעבאַקט חלה אויף שבת?‟ — „ווי זשע?‟ — האָט אויסגערעדט יענע פֿאַרוווּנדערט, — „ווי קאָן דאָס זײַן, אַז אין אַ פֿרומער שטוב זאָל מען ניט באַקן חלה אויף שבת?‟

אַן אַנדער תּלמיד האָט פֿאַרשריבן:

אין קראָם איז אַ גרויסער טומל. די ווײַבער שרײַען: „גיט מיר גיכער פֿלייש! איך דאַרף נאָך הייצן אין אויוון‟. „אוי, איך האָב פֿאַרגעסן קויפֿן ליכט‟. „אוי, אוי, גיט גיכער, איך בין גאָר געבליבן אָן גאַזע‟. דער קרעמער אײַלט זיך צומאַכן די קראָם, ער זאָל ניט פֿאַרשפּעטיקן אַ שבת. […]

אין דער פֿרי. ייִדן זײַנען געקומען פֿון שול. זיי טוען אויס די טליתים. די פֿרויען נעמען אַרויס די פֿעטע הייסע ציקאָריע און מע זעצט זיך טרינקען.

ווען מע עסט אָפּ, שטעלן זיך די פֿרויען רײַבן רעטעך אויף וואַרמעס. נאָך וואַרמעס לייגן זיך די ייִדן שלאָפֿן. אַז זיי שלאָפֿן זיך גוט אויס, גייען זיי צו גאַסט איינער צום צווייטן אַ שמועס טאָן איינער מיטן צווייטן.

אָט אַזעלכע — און אַ היפּש ביסל אַנדערע — בילדער פֿונעם שטעטלדיקן לעבן, אין אַ יאָרצענדליק נאָך דער רעוואָלוציע, האָבן זיך אָפּגעהיט אין אָט דעם פּעדאַגאָגישן בוך.

ווי אַזוי האָט זיך עס באַקומען, אַז אַ סאָוועטישער פֿאַרלאַג זאָל דרוקן אַזעלכע ממש סענטימענטאַלע בילדער פֿון אַ שטעטל? די זאַך איז, אַז דעמאָלט, אין דער צווייטער העלפֿט פֿון די 1920ער יאָרן, האָט די סאָוועטישע מאַכט זיך, ווי מע האָט עס דעמאָלט אָנגערופֿן, „אַ קער געטאָן מיטן פּנים צום שטעטל‟. אַ שפּור פֿון דעם „קער‟ האָט זיך אָפּגעהיט אַ דאַנק דעם דאָזיקן פֿאַרגעסענעם קוואַל.

אַגבֿ, עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו פֿאַרגלײַכן דאָס שטעטל פֿון אַ מאָל מיט די חסידישע כּמו-שטעטלעך, וואָס זײַנען אויסגעוואַקסן אַרום ניו-יאָרק. מיר שײַנט, אַז זיי זײַנען פּרינציפּיעל פֿאַרשיידענע ייִשובֿים. און ניט נאָר צוליב דער מאָדערנער טעכנאָלאָגיע, וואָס האָט זיך אַרײַנגעריסן אין דעם טאָג-טעגלעכן לעבן פֿון די הײַנטיקע חרדים. דער הויפּט-אונטערשייד איז, אַ פּנים (איך זאָג אַרויס ניט מער ווי אַ השערה), אַז זיי זײַנען עקאָנאָמיש גאָר אַנדערש פֿאַרבונדן מיט דער ניט-ייִדישער וועלט, בפֿרט מיט זייערע שכנים. דאָס אַלטע שטעטל איז בדרך־כּלל צום סוף פֿונעם 19סטן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, ניט געווען אַזוי אָפּגעזונדערט, און דאָס אַרויפֿגעלייגט אַן אַנדער שטעמפּל אויף דעם מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדישן לעבן.