ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published October 07, 2014, issue of October 24, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)

„למד־וואָווניקעס פֿון מײַן זכּרון‟ באַלוינט מיטן „סיגאַל־פּריז‟.

דער קאָמיטעט אויפֿן נאָמען פֿון י.י.סיגאַל האָט לעצטנס אַנאָנסירט, אַז דער ראָמאַן פֿון באָריס סאַנדלער, „למד־וואָווניקעס פֿון מײַן זכּרון‟, האָט הײַיאָר באַקומען די „ד׳׳ר הירש און דורה ראָזענפֿעלד אויסצייכענונג פֿאַר ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור‟. די פּרעמיע וועט צוגעטיילט ווערן מיטוואָך, דעם 12טן נאָוועמבער, בײַם „געלבער קאָנפֿערענץ־צענטער‟ (5151 Cote Ste-Catherine Road) אין מאָנטרעאַל. די צוטיילונגס־צערעמאָניע וועט פֿאָרקומען 7:30 אין אָוונט.

דער „סיגאַל־פּריז‟ ווערט צוגעטיילט אַלע צוויי יאָר זינט 1968 דורך דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל‟.

צו באַשטעלן דאָס בוך פֿאַרבינדט זיך מיט: sandler@yiddish.forward.com אָדער 212-453-9422.

„אין ייִדיש קלינגט עס בעסער‟ - אין סאַנטאַ־מאָניקאַ

זונטיק, דעם 12טן אָקטאָבער, וועט מען ווײַזן דעם דאָקומענטאַר־פֿילם „אין ייִדיש קלינגט עס בעסער‟ וועגן דעם לעבן און שאַפֿן פֿון די באַליבטע ייִדישע קאָמיקער שמעון דזשיגאַן און ישׂראל שומאַכער. דער פֿילם, פֿון ענת זלצר (זעלצער), וועט מען ווײַזן ווי אַ טייל פֿון דער סעריע וועגן דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור, אין אָנדענק פֿון לילקע מײַזנער. די סעריע ווערט אָנגעפֿירט פֿונעם „קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור‟. דער פֿילם, אויף ייִדיש און העברעיִש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, וועט געוויזן ווערן בײַ דער „סאַנטאַ־מאָניקער סינאַגאָגע‟ (1448 18טע גאַס), 5 אַזייגער אין אָוונט. בילעטן קאָסטן 8 דאָלאַר פֿאַר מיטגלידער פֿונעם אינסטיטוט, 3 דאָלאַר פֿאַר סטודענטן און 10 דאָלאַר פֿאַרן ברייטערן עולם.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט 310-745-1190.

„שטראָם‟: אַ נײַע פּראָגראַם פֿון „יוגנטרוף‟

די אָרגאַניזאַציע „יוגנטרוף‟ וועט געבן געלט, כּדי צו שטיצן, אַז מענטשן זאָלן אָרגאַניזירן אַקטיוויטעטן אויף ייִדיש. דאָס געלט, 25 דאָלער פֿאַר יעדן אָנטיילנעמער ביז סך־הכּל 200 דאָלאַר, קומט, אַ דאַנק אַ נדבֿה פֿונעם פֿאָנד אויפֿן נאָמען פֿון מרדכי און טשאַרנע שעכטער ע׳׳ה. די איניציאַטיוו, מיטן נאָמען „שטראָם‟, טראָגט דעם ציל צו סטימולירן יונגע־לײַט אַרום דער וועלט צו טאָן וואָס מער צוזאַמען אויף ייִדיש.

אַפּליקאַציעס וועלן אָנגענומען ווערן ביזן 21סטן אָקטאָבער. כּדי צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע אָדער אָנצוגעבן אויף „שטראָם‟, באַזוכט //yugntruf.org/shtrom