ניקיטאַ כרושטשיאָווס פּאָליטישע פּטירה

Nikita Khrushchev’s political demise

ניקיטאַ כרושטשיאָוו, בעת זײַן היסטאָרישער רעדע פֿאַר די פֿירער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, וווּ ער האָט עפֿנטלעך פֿאַרדאַמט דעם סטאַליניזם; דעם 16טן פֿעברואַר 1956, אין מאָסקווע
Getty Images
ניקיטאַ כרושטשיאָוו, בעת זײַן היסטאָרישער רעדע פֿאַר די פֿירער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, וווּ ער האָט עפֿנטלעך פֿאַרדאַמט דעם סטאַליניזם; דעם 16טן פֿעברואַר 1956, אין מאָסקווע

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published October 07, 2014, issue of October 24, 2014.
ניקיטאַ כרושטשיאָוו רעדט פֿאַר דער „יו־ען‟, דעם 1טן אָקטאָבער 1960
Getty Images
ניקיטאַ כרושטשיאָוו רעדט פֿאַר דער „יו־ען‟, דעם 1טן אָקטאָבער 1960

איך האָב אַרײַנגעקוקט אין די סאָציאָלאָגישע אויספֿרעגן, דורכגעפֿירט אין די לעצטע פּאָר יאָר אין רוסלאַנד. די באַציִונג צו ניקיטאַ כרושטשיאָוון איז הײַנט אַ גאַנץ פּאָזיטיווע; נאָר אַ דריטל אויסגעפֿרעגטע האָבן זיך אָפּגערופֿן נעגאַטיוו אָדער אַפֿילו זייער נעגאַטיוו וועגן דעם געוועזענעם סאָוועטישן פֿירער. כ׳דערמאָן איצט כרושטשיאָוון צוליב אַ קײַלעכדיקער דאַטע: מיט פֿופֿציק יאָר צוריק, דעם 14טן אָקטאָבער 1964, האָט זיך גאַנץ דראַמאַטיש איבערגעריסן זײַן פּאָליטישע קאַריערע. זײַן אָרט האָט פֿאַרנומען לעאָניד ברעזשניעוו.

דער עצם־פּראָצעס פֿון אַראָפּנעמען כרושטשיאָוון האָט געהאַט צוויי קאָמפּאָנענטן — פֿון אַן איבערקערעניש און פֿון אַ מין דעמאָקראַטישער פּראָצעדור. וואָס שייך דער איבערקערעניש, איז אַלץ געווען גוט דורכגעטראַכט נאָך איידער ס׳האָט זיך אין מאָסקווע צונויפֿגעקליבן די „סמעטענע‟ פֿון דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. מע האָט זיי צונויפֿגערופֿן אויף אַ פּלענאַרער זיצונג פֿונעם צענטראַל־קאָמיטעט, כּלומרשט, כּדי אַרומצורעדן גאָר אַנדערע ענינים. ס׳איז געווען וויכטיק, אַז צווישן די פֿאַרשווערער זײַנען געווען די לײַט, וועלכע האָבן קאָנטראָלירט די אַרמיי און די זיכערקייט־אָרגאַנען. אַזוי אַז אין דעם זין האָט מען אַלץ פֿאַרזיכערט.

גלײַכצײַטיק איז פֿאָרט אַ געוויסער סימן פֿון דעמאָקראַטיע געווען אין דעם כרושטשיאָווס אַראָפּנעמען. מע האָט עס דאָך געמאַכט פֿאַר די אויגן פֿון די מיטגלידער פֿונעם צענטראַל־קאָמיטעט. דאָס הייסט, אַז זיי האָבן געקענט אַזוי אָדער אַנדערש, דער עיקר, ווי סטאַטיסטן, זיך באַטייליקן אין דער שפּיל. אין פֿאַרגלײַך מיט סטאַלינס ממשלה, האָט עס אויסגעזען ווי אַ געוואַלדיקע דערגרייכונג; שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אין אַן ענלעכער סיטואַציע וואָלט מען אין סטאַלינס יאָרן פֿאַרגאָסן ניט ווייניק בלוט.

אין אָקטאָבער 1964 זײַנען אַלע, אַרײַנגערעכט כרושטשיאָוון אַליין, אַרויס פֿון דער גאַנצער מעשׂה לעבעדיקע. אין משך פֿון די קומענדיקע זיבן יאָר האָט כרושטשיאָוו, שוין אַ בן־שיבֿעים, געהאַט דעם סטאַטוס פֿון אַ פּענסיאָנירטן מענטשן. מע האָט אויך ניט געטשעפּעט זײַנע קינדער, כאָטש דער איידעם, אַלעקסיי אַדזשוביי, אַ פֿעיִקער זשורנאַליסט, האָט פֿאַרלוירן זײַן שטעלע פֿונעם הויפּט־רעדאַקטאָר אין דער מאָסקווער צײַטונג „איזוועסטיאַ‟ (ידיעות) — די צווייט וויכטיקסטע צײַטונג אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, נאָך דער „פּראַוודאַ‟ (אמת).

מיט כרושטשיאָווס נאָמען ווערט אַסאָציִיִרט די תּקופֿה פֿון „אָדליגע‟, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך סטאַלינס טויט אין מאַרץ 1953. אַ ווייניק געבילדעטער מענטש, האָט כרושטשיאָוו זיך אַרויסגערוקט אין דעם פּאַרטיייִשן אַפּאַראַט און איז געוואָרן איינער פֿון סטאַלינס מקורבֿים, פֿאַרנומען הויכע שטעלעס אין אוקראַיִנע און אין מאָסקווע, וווּהין סטאַלין האָט אים אַריבערגעפֿירט, כּדי אָנצופֿירן מיט די קאָמוניסטן פֿון דער הויפּטשטאָט. אין דער סאָוועטישער היעראַרכיע איז עס געווען זייער אַ הויכע פּאָזיציע.

נאָך סטאַלינס טויט, האָט זיך כרושטשיאָוון אײַנגעגעבן ביסלעכווײַז אָפּצושטופּן אַנדערע הויך־געשטעלטע פֿונקציאָנערן און קאָנצענטרירן די מאַכט אין זײַנע הענט. ער האָט געשפּילט צוויי צענטראַלע ראָלעס — פֿונעם פֿירער פֿון דער פּאַרטיי און פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער. אין פֿעברואַר 1956, בעת דעם 20סטן צוזאַמענפֿאָר פֿון דער פּאַרטיי, איז כרושטשיאָוו אַרויס מיט אַ רעדע, אין וועלכער ער האָט אָפּגעשאַצט לגנאַי די רעפּרעסיווע סטאַליניסטישע סיסטעם.

די דאָזיקע רעדע, וואָס איר היסטאָרישע וויכטיקייט איז שווער איבערצושאַצן, האָט מיט זיך סימבאַליזירט דעם אָנהייב פֿונעם פּראָצעס, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען פֿון „דעסטאַליניזאַציע‟. איך האָב שוין ניט איין מאָל געשריבן, ווי אַזוי די דאָזיקע רעדע האָט זיך אָפּגערופֿן אין דער סבֿיבֿה פֿון ייִדישע קאָמוניסטן אין פֿאַרשיידענע לענדער. די טעג וועל איך רעדן אויף אַזאַ טעמע אין ייִוואָ (זען www.yivo.org/blog/index.php/2014/10/02/yiddish-and-the-cold-war-how-the-yivo-archives-revealed-a-communist-plot), אין שײַכות מיטן שרײַבער האָוואַרד פֿאַסט, וואָס האָט קיין ייִדיש ניט געקענט, אָבער געהאַט אַ השפּעה אויף ייִדיש־רעדנדיקע סימפּאַטיקער פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

קאָמוניזם איז, אין תּוך אַרײַן, אַן אוטאָפּישע אידעע, מיט אַ היפּש ביסל משיחיסטישע קאָמפּאָנענטן. אַ סבֿרא, אַז כרושטשיאָוו האָט אין קאָמוניזם געגלייבט, און ניט נאָר געגלייבט, אָבער אויך געפּרוּווט עס וואָס גיכער צו רעאַליזירן. ס׳איז תּמיד געפֿערלעך, ווען אַן אוטאָפּיסט האַלט אין זײַנע הענט די לייצעס פֿון אַ געשעפֿט, שוין אָפּגערעדט, פֿון אַ מלוכה. כרושטשיאָווס עקספּערימענטן אין אינדוסטריע און נאָך מער — אין לאַנדווירטשאַפֿט, האָבן זייער טײַער אָפּגעקאָסט. ווען ס׳איז געוואָרן שווער צו קריגן פֿלייש, האָבן די לצים זיך געחכמהט, אַז כרושטשיאָוו האָט אַזוי גיך געפֿירט דאָס פֿאָלק צום קאָמוניזם, אַז בהמות האָבן פּשוט ניט געקענט נאָכיאָגן די מענטשן.

אַראָפּגענומען כרושטשיאָוון האָט מען, דער עיקר, פֿאַר „וואָלונטאַריזם‟. די לײַט אַרום אים זײַנען מיד געוואָרן פֿון זײַנע עקספּערימענטן. זיי זײַנען געווען פּראַגמאַטיש. פֿאַר זיי איז בעסער געווען צו ברײַען וועגן קאָמוניזם, אָבער לויפֿן אַהין, אין דער אויסגעחלומטער ליכטיקער צוקונפֿט, האָבן זיי זיך ניט געאײַלט. אויפֿן אָרט פֿון דער „אָדליגע‟ איז קיין אמתער פֿרילינג ניט געקומען. די ווײַטערדיקע יאָרן האָט מען באַשריבן מיטן וואָרט „סטאַגנאַציע‟ — מע האָט זיך ביסלעכווײַז געשלעפּט פֿאָרויס, אָבער נאָך מער איז מען געשטאַנען אויף איין אָרט.