ראַבינער דערקלערט אַ „הייליקן קרייצוג‟ קעגן ראַדיקאַלן איסלאַם

Rabbi Calls for "Holy Crusade" Against Radical Islam

ראַבינער שלום לויִס, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער שיל „עץ חיים‟ אין מאַריעטאַ, דזשאָרדזשיע
ראַבינער שלום לויִס, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער שיל „עץ חיים‟ אין מאַריעטאַ, דזשאָרדזשיע

פֿון נתן גאָטמאַן (Forward)

Published October 09, 2014, issue of November 07, 2014.

צום ערשטן מאָל, איז אַ ראָש־השנה דרשה קאָמענטירט געוואָרן אין די נײַעס פֿון דער איראַנישער נאַציאָנאַלער טעלעוויזיע. „אַן אַמעריקאַנער ראַבײַ האָט גערופֿן צו אַ גענאָציד פֿון אַלע מוסולמענער,‟ האָט דערקלערט דער דיקטאָר אויף PressTV, די ענגליש־שפּראַכיקע סטאַנציע אָנגעפֿירט פֿון דער איראַנישער רעגירונג.

הגם דער באַריכט האָט שטאַרק איבערגעטריבן די ווערטער פֿון ראַבינער שלום לויִס, איז זײַן דרשה אינעם צווייטן טאָג ראָש־השנה געווען גענוג קאָנטראָווערסאַל אַרויסצורופֿן אַ ממשותדיקע קריטיק איבערן לאַנד.

רעדנדיק פֿאַר די כּמעט 2,000 מיטגלידער פֿון זײַן קאָנסערוואַטיווער שיל, „עץ חיים‟, אין מאַריעטאַ, דזשאָרדזשיע, האָט דער לאַנג־יאָריקער ראַבינער אויסגעדריקט אַ שאַרפֿע וואָרענונג וועגן דער סכּנה פֿון די מוסולמענישע עקסטרעמיסטן. ער האָט גערופֿן צו אַן אַמעריקאַנער־אָנגעפֿירטער מלחמה קעגן די בלוטיקע איסלאַמיסטישע אָרגאַניזאַציעס.

„זיי זענען אַלע גלײַך,‟ האָט ער באַטאָנט. „כעזבאָלאַ, איסלאַמישער דזשיהאַד, אַל שאַבאַב, מוסולמענישע ברודערשאַפֿט, באָקאָ כאַראַם, אַל־קײַדאַ, טאַליבאַן, איראַן.‟

„דער צאָרן פֿון אַכזריות באַדראָט אונדז אַלעמען און מיר מוזן עס באַקעמפֿן — נישט בלויז פֿאַרהאַלטן זײַן פֿאַרשפּרייטונג, אָדער עס דערדריקן, אָדער טאָלערין, נאָר פּראָסט־און־פּשוט עס פֿאַרטיליקן אין גאַנצן.‟

לויִס האָט באַצייכנט די מלחמה ווי אַ „הייליקן קרייצצוג‟. „עס רעדט זיך דאָ וועגן אַ סאָרט מענטש, וועלכער עסט זײַנע ברידער און שוועסטער, הרגעט זײַנע קינדער און פֿרייט זיך מיטן אומברענגען אומשולדיקע מענטשן ווי אַן אויסדרוק פֿון זײַן טרײַשאַפֿט צו גאָט,‟ האָט ער געזאָגט. „די דאָזיקע איסלאַמיסטישע פֿאַרברעכער זענען אין גאַנצן אַנדערש פֿון אונדז.‟

ראַבינער דזשעק מאָלין, אַ געוועזענער קאָנסערוואַטיווער ראַבינער, וועלכע קען לויִסן שוין יאָרן לאַנג, האָט באַמערקט, אַז זײַנע ווערטער זענען געווען „נישט־קאָנסטרוקטיוו‟. „ער דאַרף איצט באַטאָנען, אַז ער רופֿט נישט צו שחיטות פֿון געוויסע סעקטעס פֿון איסלאַם. אַ ראַבינער דאַרף בכלל אויסמײַדן אַזוינע טערמינען ווי ׳פֿאַרטיליקונג׳.‟

די דרשות פֿון ראָש־השנה און יום־כּיפּור זענען גאָלדענע געלעגנהייטן פֿאַר ראַבינער, ווײַל דעמאָלט קומען אין שיל כּמעט אַלע מיטגלידער. „ס׳איז אַ קונסט צו געפֿינען אַ באַלאַנס צווישן צוויי זאַכן — סײַ אויסדריקן אַ מיינונג, סײַ פֿאַרזיכערן, אַז דער עולם הערט זיך צו,‟ האָט דערקלערט ראַבינער סטואַרט ווײַנבלאַט, פֿון קהילת בני־צדק אין פּאָטאָמאַק, מערילאַנד. ער האָט צוגעגעבן, אַז אַ סך מתפּללים האָבן דווקא ליב ווען זייער רבֿ דריקט אויס אַ שאַרפֿע מיינונג, אַפֿילו אויב זיי זענען נישט מסכּים דערמיט.

לויִס׳ מתפּללים האָבן טאַקע באַגריסט זײַן דרשה מיט אַ שטייענדיקער אָוואַציע. לויִס האָט זיך אָנגעשלאָסן אין „עץ חיים‟ אין 1977, צוויי יאָר נאָך איר גרינדונג, און שפּעטער געוואָרן איר גײַסטיקער פֿירער. הײַנט באַשטייט זי פֿון 600 משפּחות.

נאָך דעם ווי מע האָט די דרשה אַרויסגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ, האָט זי אָבער אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקע קריטיק. פֿון דעסטוועגן, האָט לויִס געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיטן Forward, אַז ער וועט נישט צוריקציִען קיין איין וואָרט.

„אַלץ וואָס איך האָב געזאָגט שפּיגלט אָפּ מײַנע געפֿילן און וואָס איך האַלט, איז מאָראַליש ריכטיק, און דערפֿאַר האָב איך נישט קיין שום חרטה,‟ האָט ער באַטאָנט. ער האָט געטענהט, אַז די קריטיק פֿון זײַן רעדע איז געקומען „פֿון די רוצחים אין דער וועלט, די טעראָריסטן, די באַרבאַרן. זייערע אַטאַקן אויף מיר זענען אַ סימן, אַז איך האָב אָנגערירט אַ נערוו, און איך בין שטאָלץ דערפֿון,‟ האָט ער צוגעגעבן.

לויִס האָט אָבער געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז ער רופֿט צו אַ מלחמה פֿון ראַדיקאַלע איסלאַמיסטן, וואָס באַטרעפֿן בלויז 5% פֿון די מוסולמענער איבער דער וועלט, און נישט קעגן אַלע מוסולמענער. ער האָט אָבער יאָ קריטיקירט די אַנדערע 95% מוסולמענער פֿאַר נישט אַנטקעגנשטעלן זיך קעגן די רוצחים, און האָט זיי פֿאַרגליכן צו די דײַטשע בירגער, וועלכע האָבן זיך נישט אַנטקעגנגעשטעלט די נאַציס בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

„וווּ זענען זיי?‟ האָט ער געפֿרעגט, און מיטן וואָרט „זיי‟ האָט ער אויך אַרײַנגענומען די מוסולמענישע אַמעריקאַנער. „די אַמעריקאַנער טאָרן נישט איגנאָרירן דעם פֿאַקט, אַז עס זענען דאָ ריין־שלעכטע כּוחות דאָ צווישן אונדזערע גרענעצן, וואָס מיר מוזן אָנערקענען און באַקעמפֿן.‟

אין זײַן דרשה האָט ער אויך באַשולדיקט די מוסולמענער אין די אָן אַ שיעור זיכערהייט־רעגולאַציעס, וואָס די פּאַסאַזשירן אין די פֿליפֿעלדער מוזן איצט פֿאָלגן. „צוליב וועמען דאַרפֿן מיר איצט אויסטאָן אונדזערע שיך און פּאַסיקן, אויסליידיקן די קעשענעס, אײַנפּאַקן בלויז קליינע פֿלעשעלעך פֿון שווענקעכץ און דורכגיין מעטאַל־דערשפּירער?‟ האָט לויִס געפֿרעגט און אַליין געענטפֿערט: „נישט צוליב דער מאַפֿיאַ, אָדער די ׳גאָלע־קעפּ׳, אָדער די נעאָ־נאַציס, אָדער די ׳קו־קלאָקס־קלען׳…”

דער ראַדיקאַלער איסלאַם איז נישט קיין נײַע טעמע בײַ לויִסן. מיט דרײַ יאָר צוריק האָט ער געוואָרנט זײַנע מתפּללים, אַז „זיי דערנענטערן זיך שוין‟. הײַיאָר, האָט ער געזאָגט, „זענען זיי שוין דאָ‟.