פֿאַרפֿעלטע געלעגנהייטן

Missed Opportunities

באַשעוויס (לינקס) גיט דעם מחבר און זײַן מאַמען אַ ברכה אינעם אַלטן בנין פֿון ייִוואָ אויף דער 86סטער גאַס
באַשעוויס (לינקס) גיט דעם מחבר און זײַן מאַמען אַ ברכה אינעם אַלטן בנין פֿון ייִוואָ אויף דער 86סטער גאַס

פֿון לייזער בורקאָ

Published October 15, 2014, issue of November 07, 2014.

אין ניו־יאָרק וווינען אָן אַ שיעור באַרימטע מענטשן, אויף שריט און טריט קען מען באַגעגענען פֿילם־ און טעלעוויזיע־שטערן, די בעסטע אַטלעטן, שרײַבער, פּאָליטישע פֿירער פֿון פֿרעמדע לענדער אאַז”וו. אמת, אַ סך זײַנען באַרימט אין אַזעלכע געביטן, ווי אַסטראָפֿיזיק אָדער מיניאַטור־מאָלערײַ, אַז מע האָט קיין מאָל ניט געהערט זייערע נעמען. אָבער וווינענדיק דאָ כּמעט מײַן גאַנץ לעבן, האָב איך זיכער געזען הונדערטער באמת באַרימטע מענטשן. די צרה איז בלויז, וואָס איך האָב זיי ניט דערקענט.

ערשטנס, טויגן מײַנע אויגן אויף כּפּרות: איך טראָג ברילן זינט איך בין געווען 9 יאָר אַלט, און יעדעס יאָר ווערן די לינדזן אַ ביסל דיקער. צווייטנס, דאַרף מען אויף די ניו־יאָרקער גאַסן האַלטן אַן אויג אויף די אויטאָס, וואָס זײַנען עלול; איבערצופֿאָרן די פֿוסגייער. דערנאָך אויף די משוגעים, וואָס עס זײַנען פֿאַראַן מער ווי אויטאָס, און אויך אויף די פֿאַרשיידענע כוליגאַנעס און אונטערוועלטניקעס, וואָס דרייען זיך אַרום. דריטנס, אין דער אמתן זעען ס׳רובֿ באַרימטע פּערזענלעכקייטן טאַקע ניט אויס אַזוי באַרימט פֿון דער נאָענט, אָן דער געוויינטלעכער קאָסמעטיק. אַפֿילו די סופּער־מאָדעלקעס קען מען מיינען, אַז די פֿרויען זײַנען פּשוט שטאַרק אויסגעהונגערט, נעבעך.

ווען איך האָב אַ מאָל געאַרבעט אין אַ מוזיקקראָם, האָב איך איינעם אַ קונה געזאָגט, אַז ער זעט אויס ענלעך אויפֿן פֿילם־שטערן קעווין קלײַן. ס׳איז טאַקע געווען אַ געוויסע ענלעכקייט, כאָטש ער האָט אויסגעזען היפּש עלטער, מיט אַ גערונצלט פּנים, אויך מיט אַ בײַכל. „אַזוי זאָגט מען אַ מאָל‟, האָט ער געענטפֿערט, און דערנאָך געבעטן עפּעס צו באַשטעלן, וואָס האָט געפֿעלט אין אונדזער קראָם. ער האָט אויסגעפֿילט דעם פּאַסיקן פֿאָרמולאַר און איז באַלד אַוועק. ערשט ווען איך האָב געקוקט אויפֿן פֿאָרמולאַר, האָב איך דערזען, אַז ס׳איז טאַקע קעווין קלײַן!

מײַנע אַנדערע באַגעגענישן מיט באַרימטע פּערזענלעכקייטן זײַנען פֿונעם זעלבן סאָרט: געזען פּלוצעם ווי זיי גייען אַרויס פֿון אַ רעסטאָראַן אָדער גייען אַריבער דער גאַס, און ערשט שפּעטער זיך געכאַפּט ווער זיי זײַנען. אָבער נאָך שטאַרקער פֿאַרדריסן יענע פֿאַלן, ווען איך האָב עמעצן באַגעגנט און געדענק עס אַפֿילו ניט.

אַזוי איז געשען ווען איך האָב געטראָפֿן דעם גרויסן ייִדישן שרײַבער — וואָס איך וואָלט איצט אַוועקגעגעבן די רעכטע האַנט, כּדי צו רעדן מיט אים — יצחק באַשעוויס. דאָס איז געווען אין 1978, ניט לאַנג נאָך דעם ווי באַשעוויס האָט געוווּנען די נאָבעל־פּרעמיע, און אַ פּאָר חדשים נאָך דעם ווי איך בין געבוירן געוואָרן. די מאַמע האָט מיך געבראַכט אין ייִוואָ, וווּ ער האָט געהאַלטן אַ רעדע, און אין מיטן זײַנע רייד האָב איך אָנגעהויבן וויינען. אָבער באַשעוויס האָט זיך דערפֿון ניט געלאָזט שטערן: „אמת פֿונעם מויל פֿון עופֿעלעך‟, האָט ער געזאָגט אַ פּסוק פֿון תּהילים, און דער עולם האָט זיך צעלאַכט. אַזוי האָב איך אויף זײַן אַחריות, אַז אַלץ וואָס איך זאָג איז אמת.

נאָך זײַן רעדע איז די מאַמע צוגעגאַנגען, כּדי אים צו באַגריסן, אפֿשר אויך צו בעטן מחילה פֿאַר מײַן אויפֿפֿיר, און אַ דערבײַיִקער פֿאָטאָגראַף האָט געכאַפּט אַ בילד פֿון אונדז. דערפֿאַר ווייס איך אויף זיכער, אַז איך האָב אַ מאָל זיך געטראָפֿן מיט יצחק באַשעוויסן, כאָטש איך געדענק גאָרניט דערפֿון.

ווען באַשעוויס וואָלט הײַנט אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים און וואָלט אַרומגעגאַנגען אין מאַנהעטן, געוואָרפֿן קערעלעך פֿאַר די טײַבעלעך, ווי ס׳איז געווען זײַן שטייגער, וואָלטן ס׳רובֿ מענטשן — אפֿשר אויך ס’רובֿ ייִדן — און כּמעט אַלע פֿונעם ייִנגערן דור, מער ניט געוווּסט ווער דאָס איז. אַזוי איז דאָס מיט באַרימטקייט: יעדן קומט נאָר 15 מינוט, און אַפֿילו די יחידי־סגולה, וואָס באַקומען מער, וועלן, סוף־כּל־סוף, פֿאַרגעסן ווערן. די, וואָס האָבן דאָס מזל צו בלײַבן אינעם פֿאָלקס זכּרון צום לענגסטן, זײַנען אַזעלכע, וואָס האָבן אפֿשר גאָרניט עקסיסטירט אין דער אמתן: אַבֿרהם אָבֿינו, משה רבנו, דער גריכישער פּאָעט האָמער, אפֿשר אויך ישו הנוצרי. ווען אַבֿרהם אָבֿינו וואָלט הײַנט אויפֿגעשטאַנען, ווער וואָלט אים דערקענט? סײַדן פֿון דעם, וואָס ער זעט אויס 175 יאָר אַלט.

דעריבער איז אפֿשר ניט קיין אומגליק, וואָס איך האָב פֿאַרפֿעלט כּמעט אַלע באַרימטע פּערזענלעכקייטן, וואָס זײַנען געווען אויף מײַן וועג. ווײַל אמתע מענטשן קענען ניט זײַן אַזוי באַרימט ווי די אויסגעטראַכטע, געשאַפֿענע פֿון דערציילער, פֿון שרײַבער און פֿילם־מאַכער. אַפֿילו די אמתע מענטשן וואָס מע געדענקט, ווי באַשעוויס, למשל, געדענקט מען ניט דעם מענטש ווי ער איז געווען, נאָר די לעגענדע וואָס האָט זיך געשאַפֿן אַרום אים. איז בעסער אָנצוהייבן לכתּחילה מיט דער לעגענדע און גלײַך פּטור צו ווערן פֿונעם אמת.

אַ לעצטער עפּיזאָד פֿון מײַן אַרבעט אין יענעם מוזיקקראָם: אַרבעטנדיק אינעם קלאַסישן אָפּטייל, האָב איך אַ סך געהאַט צו טאָן מיט דער קריסטלעכער מוזיק. די ערשטע פּאָר הונדערט יאָר פֿון דער קלאַסישער מוזיק איז אַלץ קלויסטער־הימענס, מעסעס און אָראַטאָריעס וועגן יויזל, זײַנע שלוחים, דער בתולה מרים אאַז״וו. מיר איז ספּעציעל געפֿעלן די ווערק פֿון יאָהאַן סעבאַסטיאַן באַך, דעם דײַטשן קאָמפּאָניסט פֿון דער ערשטער העלפֿט 18טן י”ה. איז מאָלט אײַך, ווי איך אַרבעט בײַ דער קאַסע ווי געוויינטלעך, און דורך דער טיר קומט אַרײַן אַ מיטל־יעריקער מאַן, אַ פֿעסט־געבויטער, מיט לאַנגע, געקרײַזלטע ווײַסע האָר — דאַכט זיך, אַ פּאַריק. די קנעפּלעך אויף זײַן אַלטמאָדיש רעקל האָבן געגלאַנצט ווי בראָנדז.

וויבאַלד ער עפֿנט דאָס מויל, הער איך דעם דײַטשן אַקצענט — און ענגליש רעדט ער אַ סך ערגער ווי דער געוויינטלעכער אייראָפּעיִשער טוריסט. פֿאַרשטייט זיך, אַז מיר האָבן ניט דעם קאָמפּאַקט־דיסק, וואָס ער זוכט, דאַרף ער עס באַשטעלן און אויספֿילן דעם פֿאָרמולאַר. איר קענט זיך פֿאָרשטעלן מײַן סורפּריז, נאָך דעם ווי ער איז אַרויס, ווען איך האָב דאָרט געלייענט שוואַרץ אויף ווײַס זײַן חתימה: דזשיזעס קרײַסט.