הויכע סטאַנדאַרטן

High Standards


פֿון עמיל קאַלין

Published October 15, 2014, issue of November 07, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

„דער וועטער — אויסגעצייכנט, נישט צו הייס, נישט צו קאַלט. אין ישׂראל שטייען היצן — משוגע צו ווערן, די חמימות ציִען אַרויס דאָס חיות, און די רעגנס? זיי צעגיסן זיך דאָך, ווי אַ מבול. דאָ, האָסטו נאָר לײַכטע רעגנס, זיי ווישן אָפּ דאָס ביסל שטויב פֿון דײַן אויטאָ. דער טראַפֿיק? ער פֿליסט ממש, מע זיצט נישט שעהען לאַנג אינעם אויטאָ אין די פּקקים. די גאַסן? גוט ברוקירט און ברייט. ביסט געקומען אין אַ גן-עדן‟ — האָט ער מיר פֿײַערלעך געמאָלדן און דערזעענדיק, אַז כ‘צי מיט די אַקסלען, צוגעגעבן: — דו פֿאַרשטייסט נאָך נישט, וואַרט, וואַרט, וועסטו אַליין געווויר ווערן‟.

יעדע פּאָזיטיווע זאַך האָט ער גערופֿן „הויכער לעבנס-סטאַנדאַרט‟. איך האָב געהערט און געהערט און טאַקע — ער האָט נישט געזאָגט קיין ליגן: דער וועטער איז אויסגעצייכנט, די שאָסייען — נײַע, ברוקירט מיט אַ גלאַנץ, פֿרישער אַספֿאַלט, די אויטאָס — בלישטשען, די ביימער — גרינער.

איז געקומען שבת, האָט ער מיך אײַנגעלאַדן צו אים צו פּראַווען אַ סעודהלע מיט זײַן פֿרוי און טאָכטער. ער האָט אַרויפֿגעלייגט אויף מײַן קאָפּ אַ צעקנייטשטע יאַרמלקע און גענומען האַלב מורמלען, האַלב זינגען: „שלום עליכם מלאכי השרת…‟ — די טאָכטער האָט אויסגעזען אַ קאַפּעלע פֿאַרלוירן. זי האָט געוואָלט קוקן „טי-ווי‟. ביידע עלטערן זענען זי, נעבעך, באַפֿאַלן: „איצט זיצט מען און מע עסט די שבתדיקע סעודה מיט אַלעמען, מע האָט אַ גאַסט פֿון ישׂראל; ׳טי-ווי׳ איז שטרענג פֿאַרבאָטן, אַזוי זענען די כּללים אין שטוב.‟

דער טאַטע האָט שטאָלצירט מיט זײַן טאָכטער: „זי גייט אין אַ ׳קעמפּ׳ פֿון חב”ד זומערצײַט. בײַ זיי איז ייִדישקייט — ייִדישקייט.‟ די מאַמע האָט צוגעגעבן, אַז דאָס מיידעלע גייט אין „פּאַבליק-סקול‟ און נייטיקט זיך אַ מאָל אין אַ „ייִדישער אײַנשפּריצונג‟. די עלטערן האָבן ווײַטער געזונגען, אײַנגעלאַדן די מלאכים צו זיך, און די טאָכטער האָט זיך געשפּילט מיטן גאָפּל, געקראַצט מיט אים דעם טעלער — קעגן דעם האָט מען דערווײַל נישט קיין געזעץ.

נאָכן זינגען איז געקומען צום רעדן; דער שמועס איז אַוועק אויף כּלערליי סטעזשקעס. אַז מע האָט דערלאַנגט צום טיש דאָס פֿלייש, האָבן נישט אויסגעפֿעלט קיין שבֿחים, און די באַלעבאָסטע האָט זיך אַזש פֿאַררייטלט אין גאַנצן. זי האָט מיר געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז דאָס וואָס איך האָבן אין טעלער, איז גאָלד, און נישט פֿלייש. יעדע וואָך שלעפּט זי זיך ערגעץ אין עק-שטאָט, וווּ עס געפֿינט זיך אַ סופּערמאַרקעט, וואָס פֿאַרקויפֿט כּשר פֿלייש. עס טרעפֿט זיך, אַז זי קומט, און מע האָט שוין צו יענער צײַט אויסגעליידיקט די פּאָליצעס מיטן כּשרן פֿלייש. וואָס טוט זי? אַ צווייט מאָל קויפֿט זי אײַן אַזוי פֿיל פֿלייש, אַז נאָר מיט גרינע ווערעם אין בויך פֿאַרמאַכט מען דאָס טירל פֿון דעם אײַז-קאַסטן…

איך מוז מודה זײַן, אַז עס האָט זיך אַרויסגעכאַפּט בײַ מיר אַ שמייכל. האָב עס שוין געמוזט פֿאַרטײַטשן: „איך דאַרף זיך שלעפּן אַזש ביזן ראָג פֿון מײַן גאַס, כ׳זאָל דאָרט קריגן כּשר פֿלייש ביז איבערן מויל!‟

וואָס זאָל איך אײַך זאָגן… מעגלעך, אַז אין דײַטשלאַנד איז דער „מילקי‟־פּודינג זיסער, און אין אַמעריקע איז דאָס כּשר פֿלייש פֿון דער העכסטער השגחה. איך האַלט זיך אָבער בײַם אַלטן ווערטל: אומעטום איז גוט, און אין דער היים איז דער כריין זיסער.