אוצרות צווישן מײַנע פּאָטשטאָווע בריוו

Treasures Among My Postal Letters

ד״ר גרשון ווײַנער (רעכטס) און יצחק קאָרן
ד״ר גרשון ווײַנער (רעכטס) און יצחק קאָרן

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published October 16, 2014, issue of November 07, 2014.

הײַנט, אַז איך האָב זיך איבעגעפּעקלט קײַן פֿלאָרידע, נעמט מיר אַ יאָר מיט אַ מיטוואָך אויסצופּאַקן זיך. פֿון די צוואַנציק קעסטלעך מיט ביכער, קליידונג און אַרבעטס־זײַטלעך איז איין קעסטל באַשטאַנען פֿון לויטער פּאָטשטאָווע בריוו, וועלכע איך האָב סאָרטירט און געפֿונען דאָרט אַ וועלט מיט אוצרות.

די בריוו זײַנען דורך דער צײַט וואָס איך שרײַב אין פֿאָרווערטס אָנגעקומען פֿון דער גאַנצער וועלט. האָב איך באַשלאָסן בלויז אָפּצוגעבן זיך מיט אַ טייל פֿון זיי.

***

א בריוועלע פֿון פּראָפֿעסאָר דוד פֿישמאַן, דודל. ער איז געווען זייער אַן אָפֿטער אײַנגייער בײַ אונדז אין שטוב, מײַן אבֿרהמלס חבֿרל לאַנגע יאָרן. און ווען מײַן מענדל איז שטאַרק קראַנק געוואָרן האָט ער מיר אָנגעשריבן אַ וואַרעם בריוועלע.

טײַערע מרים,

כ’האָב שוין לאַנג געוווּסט, אַז מענדלס צושטאַנד איז אַ שווערער. פֿון דעסטוועגן האָט די ידיעה וועגן זײַן אַוועקגיין מיך שטאַרק גערירט. בעיקר האָט עס אויפֿגעוועקט אַ כוואַליע פֿון זכרונות און אַלע וואַרעמע זכרונות.

כ’האָב זיך דערמאָנט אין אײַער שטוב אויף „סעדזשוויק עוועניו‟, וווּ איך האָב קינדווײַז זיך געשפּילט מיט אבֿרהמלען. גאָר שאַרף איז געבליבן דער אײַנדרוק פֿון אַ זומער־אַרויספֿאָר מיט די האָפֿמאַנס קיין קאַנאַדע ווו מיר האָבן פֿאַרברענגט אַ וואָך צײַט כאַפּנדיק פֿיש.

איך דאַרף צוגעבן אַ פּראָפֿעסיאָנעלן ענין. מענדל האָט צוגעלייגט אַ האַנט, אַז דער ייִוואָ זאָל מיך פֿאַרבעטן אין אינסטיטוט אין 1988. דאָס איז געווען אַ ווענד־פּונקט אין מײַן אַרבעט און אין מײַן לעבן.

זײַן זאָרג וועגן גורל פֿון ייִדיש אין ייִוואָ איז געווען אַן עכטע און ערלעכע. דאַכט זיך אַז ער איז געווען דער איינציקער ייִדישיסט אויף דער ייִוואָ־פֿאַרוואַלטונג…

איך קען נישט מעסטן די גרייס פֿון דײַן פֿאַרלוסט, אָבער איך קען יאָ דערשפּירן דײַן פֿאַרלוסט איז אַ ממשותדיקער.

דודל

***

דאָ איז אַ לאַנגער בריוו פֿון ד״ר גרשון ווײַנער, וועלכן איך האָב געמאַכט מיט אַ קאָפּ נידעריקער, וואָס דערמאָנט מיך ווי מיר האָבן זיך איבערגעווערטלט. דאָס איז געווען אין וואַשינגטאָן בײַ אַ ייִדיש קאָנפֿערענץ. נאָך מײַן רעפֿעראַט רופֿט ער מיך צו און איך ציטיר פֿון זײַן בריוו צו מיר:

ליבע פֿרײַנדין מרים פֿון קאָלומביע אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק:

אַ יישר כּוח פֿאַר אײַערע דערגרײכונגען, אָבער ווי ווערט געזאָגט: „אין צדיק בארץ אשר לא יחטא.‟ (איז דען פֿאַראַן אַ צדיק אין לאַנד, וואָס זאָל זיך נישט פֿאַרזינדיקן?)

צווישן די אַלע שיינע זאַכן האָט זיך מיטאַמאָל באַוויזן אַ מיאוסע מויד. וווּ האָט איר גענומען אַזאַ משוגענעם וואָרט ווי „פֿרײַליידיקע‟?

האָב איך אים אַזוי איידל אָפּגעענטפֿערט:

חשובֿער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש גרשון ווײַנער פֿון בר־אילן אוניווערסיטעט. זײַט אַזוי גוט און קוקט אַרײַן אין סטוטשקאָווס אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך אויף זײַטל 564, דאָרט הייבט זיך אָן אַ קעפּל „פֿרײַליידיק‟ מיט אַ גאַנצער רשימה וואָס דער טײַטש דערפֿון איז: אַ נישט־פֿאַרהייראַטער בחור.

גרשון ווײַנער איז אין דעם מאָמענט אָפּגעטראָטן.

***

און אָט איז אַ בריוו פֿון מײַן ליבן און טײַערן לערער חיים קאַזשדאַן. ער האָט מיך אויף אַזוי פֿיל אינספּירירט סײַ אין מיטל־שול און סײַ אין ייִדישן לערער־סעמינאַר, אַז איך האָב זיך פּשוט פֿאַרליבט אין דער פּאָעזיע פֿון איציק מאַנגערן. איך בין דעמאָלט אַלט געווען נישט מער ווי פֿופֿצן.

יאָרן לאַנג האָב איך זיך איבערגעשריבן מיט קאַזשדאַנען, ביז ער איז אויף דער עלטער קראַנק געוואָרן. מײַן לערער שרײַבט:

טײַערע מרים,

איך האָב זיך שטאַרק דערפֿרייט מיט דײַן בריוו צו מיר. איך בין זיכער אַז דו ביסט אַ גוטע לערערין און איך האָב אַלעמאָל געוווּסט, אַז פֿון דיר וועט אַרויס אַ גוטע שרײַבערין, בעלעטריסטיק. דו האָסט זיכער אַלע פֿעיִקייטן און טאַלאַנט זאָלסט קענען שאַפֿן גרעסערע ווערק אין ייִדיש, גיב זיך אַ וואָרט און האַלט זיך בײַ דער פֿליכט. איך בין שוין דעם פֿערטן חודש אין שפּיטאָל, געפֿאַלן, צעבראָכן אַ היפֿט, אָפּערירט געוואָרן און קלײַב כּוחות צו קענען אָנהייבן גיין. גרויסע צרות! האָסט געלייענט מײַנע צוויי ביכלעך וועגן איציק מאַנגערן?

דײַן ח. קאַזשדאַן

***

איך וויל נישט פֿאַרפֿעלן מײַן קאָרעספּאָנדענץ מיטן הויפּט־אויבערדעקל קאָמיסאַר פֿונעם קאָמיטעט פֿאַר ייִדישער קולטור אין ישׂראל, יצחק קאָרן. דאָס איז געווען אַ ייִד מיט אַ גראָבן סיגאַר, ברייט־פֿאַרנעמיק — יצחק קאָרן.

מיר האָבן דעמאָלט געוווינט אין ישראל, און איך בין צו יענער צײַט געווען שטאַרק נאַיִוו און באַגלויביק אין מענטשן, דער עיקר מיט יענע וועלכע האָבן געהאַנדלט מיט ייִדיש און ייִדישער דערציִונג. אָט וואָס יצחק קאָרן שרײַבט מיר:

זייער חשובֿע מרים האָפֿמאַן,

כ’האָב באַקומען אײַער בריוו פּונקט אויפֿן אַנדערן טאָג פֿון אונדזער יום־טובֿדיקער זיצונג אין משרד־החינוך. (דערציונגס ביוראָ), ווו מען האָט באַשטימט צו אַנערקענען ייִדיש אַלס אויסוואַל־קעגנשטאַנד אין די מיטל־שולן און צוגרייטן אַ ספּעצעלן לערער־פּראָגראַם און טעקסט־ביכער.

אַזוי אַרום זענען מיר עדות נאָך אַזוי פֿיל יאָרן אין אַ גרויסער ווענדונג לגבי ייִדיש. און פּונקט הײַנט האָב איך באַקומען אײַער בריוו מיט דער ליסטע פֿון די לערערס און איך קען אײַך זאָגן אַז מיר וועלן זיך אָפּגעבן מיט דעם און נישט אַרײַנלייגן אין שופֿלאָד.

אײַער
יצחק קאָרן

דעם אמת געזאָגט דערמאָנט מיך זײַן בריוו אין מײַן מאַמעס אַ שוועסטער־קינד. ער האָט געהייסן שימשע, און ער פֿלעגט זאָגן: „מעטשע! מעטשע!‟ (מ’וועט שוין! מ’וועט שוין!) קען איך אײַך פֿאַרזיכערן, אַז קאָרנס איניציאַטיוו און בלאָף וואָלט מען אים געקענט אַ נאָמען געבן: „איטשע מעטשע! מעטשע!‟

דער ייִד האָט אַרומגערײַזט איבער דער וועלט, אײַנגעשטאַנען אין די בעסטע האָטעלן, געלעבט אַ גוטן טאָג אויף אונדזערע ייִדישע געלטער, וואָס וועלט ייִדנטום האָט בײַגעשטײַערט צו דעם קאָמיטעט פֿאַר ייִדישער קולטור אין ישראל.

אַן אויסגעבלאָזן איי, אַ קו איז געפֿלויגן איבערן דאַך און פֿאַרלוירן אַן איי. און אויב מײַנע ליבע לייענער איז עס בלויז געווען איטשע מעטשע־מעטשע, זײַנען מיר געבליבן בײַם מעטשע! מעטשע! מעטשע! ייִדיש האָט נישט קיין מזל.

***

שרײַבט מיר אַ ייִד:

ליבע מרים,

אין מײַנע יאָרן האָבן מיר געהאַט אין ייִדישן לערער־סעמינאַר אין ווילנע אַ דערקלערונג פֿאַר ׳גראַם־שטראַם — מאַך מיר אַ לעטניק׳.

אַ לעטניק איז אַ זומערדיק רעקל, אַן אונטערשלאַק, אויפֿגענייט אויף דער נײַ־מאַשין. ס’איז באַטראַכט געוואָרן ווי אַ בגד, האָט מען עס פֿאַרגליכן מיט אַ גראָפֿאָמאַן וואָס האַלט זיך פֿאַר אַ פּאָעט.

מיט פֿרײַנטשאַפֿט, אבֿרהם גורוויטש.

***

חשובע מרים האָפֿמאַן,

מיט לאַנגע יאָרן צוריק, בשעת אבֿרהם זומאָף (איך בין נישט זיכער צי ד״ר באַרני זומאָף איז זײַנער אַ קרובֿ), איז געווען אַ פֿאָרמאַן פֿון די זעצער אויפֿן 7־טן שטאָק אויף 175 איסט בראָדוויי, איז יצחק באַשעוויס־זינגער געווען איינער פֿון די חשובֿסטע שרײַבער פֿון דערציילונגען און ראָמאַניסטן אין פֿאָרווערטס.

באַשעוויס־זינגער פֿלעגט ברענגען זײַנע קאַפּיטלען אין פֿאָרווערטס און איבערגעבן זומאָפֿן, כּדי ער זאָל עס איבערגעבן צו אַ זעצער, וועלכער זאָל עס אויפֿשטעלן אין דרוק.

עטלעכע מאָל האָט זומאָף ווי אַ „כּלומרשטער באַלעבאָס‟ קאָרעגירט די זאַצן. זינגער האָט אים שטילערהייט אויפֿמערקזאַם געמאַכט אַז ער זאָל ווײַטער נישט טשעפּען זײַנס אַן אַרבעט. יעדער קאַפּיטל זאָל אָפּגעדרוקט ווערן פּינקטלעך ווי עס שטייט אינעם אָריגינאַל.

איין מאָל איז זינגער געקומען אין פֿאָרווערטס איבערצוקוקן די קאָרעקטורן און ער האָט אַ קוק געטאָן און עס איז אים פֿינצטער געוואָרן אין די אויגן. יעדער זײַטל איז געווען פֿאַרשמירט און פֿאַרפּאַטשקעט מיט שוואַרצע ליניעס און שוואַרצע אותיות. זומאָף האָט קאָרעגירט זינגערן.

האָט זינגער דערלאַנגט זומאָפֿן אַ „גאָב‟. אָבער זומאָף האָט אַ זאָג געטאָן: „איך בין דאָ דער באַלעבאָס און אויב עס געפֿעלט אײַך נישט און אויב איר וועט מאַכן אַ טומל וועל איך אײַך אַרונטערשלײַדערן פֿון אַלע טרעפּ.‟

זינגער האָט געכאַפּט די פֿיס אויף די פּלייצעס און איז אַרײַן אין ווינדע (עלעווייטאָר), אַרונטערגעפֿאָרן די נײַן שטאָק און אַרויס פֿון בנין. זינט דאַן האָט ער נישט אַריבערגעטראָטן די שוועל פֿון פֿאָרווערטס. מיר מיינען אַז דאָס דאַרף אײַך אינטערעסירן ווײַל איר זײַט אַ זשורנאַליסטקע און אַ פֿאַרלעסלעכער מענטש.

מיט גרוס,
חיים נעמיראָוו.