ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published October 20, 2014, issue of November 07, 2014.

תּלמידים פֿון 12טן קלאַס האָבן עקזאַמענס אין ייִדישע שטודיעס

אינעם שטאַט וויקטאָריע האָבן תּלמידים פֿון צוועלפֿטן קלאַס אָנגעהויבן זייערע סוף-יאָר עקזאַמענס. די וועלכע האָבן זיך געלערנט ייִדיש און העברעיִש האָבן שוין מיטגעמאַכט די מינדלעכע עקזאַמענס, און אַלע גרייטן זיך צו די שריפֿטלעכע עקזאַמענס.

די וועלכע לערנען זיך וועגן „טעקסטן און טראַדיציע‟ מוזן שרײַבן וועגן טראַדיציאָנעלע ייִדישע טעקסטן און טראַדיציעס; און די וועלכע לערנען זיך וועגן „רעליגיע און געזעלשאַפֿט‟, מוזן שרײַבן וועגן דער השפּעה פֿון דער ייִדישער רעליגיע אויף דער ייִדישער געזעלשאַפֿט, אויב זיי לערנען זיך אין אַ ייִדישער טאָגשול. די עפֿנטלעכע שולן באַשטימען פֿאַר זיך אַליין, וווּ צו לייגן דעם טראָפּ בײַם לערנען די צוויי לעצטע לימודים.

צוגרייטונגען צום אויסטראַלישן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל

ליבהאָבער פֿון פֿילם גרייטן זיך צום יערלעכן אויסטראַלישן אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם־פֿעסטיוואַל, וואָס ווײַזט 43 פֿילמען מיט אַ ייִדישן אינהאַלט אויף פֿיל שפּראַכן, אין אַ ריי אויסטראַלישע שטעט מיט אַ גרעסערער ייִדישער באַפֿעלקערונג: מעלבורן (וויקטאָריע), סידנעי (ניו־סאַוט וויילס), גאָלד קאָסט (קווינסלאַנד), פּערט (מערבֿ־אויסטראַליע) און אָקלענד (נײַ-זעלאַנד). דער דירעקטאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל, עדי טאַמיר, האָט געמאָלדן, אַז ער אָרגאַניזירט אויך אַ חורבן־פֿילם־פֿעסטיוואַל, וואָס וועט פֿאָרקומען אין מאַרץ, 2015. דער חורבן־פֿילם־פֿעסטיוואַל וועט באַשטיין פֿון 30 פֿילמען וועגן דעם חורבן.

לאָקאַלער שרײַבער מאָריס לורי געשטאָרבן

דער אויסטראַלישער ראָמאַניסט און דערציילער מאָריס לורי איז געשטאָרבן אין עלטער פֿון פֿינף און זיבעציק יאָר. לורי איז געבוירן געוואָרן אין מעלבורן בײַ ייִדישע עלטערן אין 1938 און האָט זיך געדרוקט אין באַוווּסטע פּובליקאַציעס איבער גאָר דער וועלט. זײַן ראָמאַן „פֿליִענדיק אַהיים‟ (1976) איז באַצייכנט געוואָרן פֿונעם נאַציאָנאַלן ביכער־ראַט, ווי איינס פֿון די צען בעסטע ביכער פֿונעם יאָרצענדליק. לורי האָט געוווּנען די „פּעטריק ווײַט־פּרעמיע‟ אין 2006. זײַן לעצט בוך איז אַ זאַמלונג פֿון קורצע דערציילונגען, וואָס הייסט „הערגעשײַמער אין דער איצטיקער צײַט‟, וואָס איז ערשט אַרויס אין סעפּטעמבער 2014. זײַן פֿאַרלאַג, „הײַבריד‟, מעלדט, אַז ער וועט אַרויסגעבן אַן עלעקטראָנישע אויפֿלאַגע פֿון לוריס „ראַפּאַפּאָרט־מעשיות‟ אין נאָוועמבער 2014.