ווי קען מען זיך פֿאַרלאָזן אויף די „מעסיקע‟ איסלאַמיסטן?

How Can We Count on the Moderate Islamists?

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published October 21, 2014, issue of November 07, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

נאָך דעם, ווי דער אַלטער ראָב האָט אױסגעמסרט זײַן זון און יענער האָט אים ניט געפֿאָלגט, איז דער אַלטער שטאַרק אין כּעס געװאָרן און דערהרגעט דעם יונגן. ווען דער כּעס איז בײַ אים אַוועק, האָט ער שױן חרטה געהאַט אויף זײַנע אַכזריותדיקע מעשׂים. ער איז אַוועקגעפֿלויגן און געבראַכט אַ גרעזל אין שנאָבל, עס צוגעלײגט צו זײַן זונס טױטן קערפּערל און אים צוריק לעבעדיק געמאַכט.

יענער מאַן, וועלכער האָט צוגעזען אַלץ, וואָס דער ראָב האָט געטאָן, האָט אױפֿגעהױבן פֿון דער ערד דאָס גרעזל, עס באַהאַלטן אונטערן העמד און איז ווײַטער געגאַנגען קײן ארץ־ישׂראל. גײט ער װײַטער און אָט, אין מיטן דעם װעג דערזעט ער װי צװײ אַנדערע פֿייגל קריגן זיך. דער מאַן האָט זיך אָפּגעשטעלט צו זען װאָס ס‘װעט זײַן װײַטער, איז איין פֿױגל באַפֿאַלן דעם צווייטן און אים דערהרגעט. דער ערשטער פֿויגל איז באַלד אַוועקגעפֿלויגן. דער מאַן איז געבליבן שטײן און האָט געוואָלט זען, צי דער פֿױגל דער מערדער וועט לעבעדיק מאַכן דעם טױטן, ווי עס האָט געטאָן דער ראָב מיט זײַן זון. עס זײַנען פֿאַרבײַ צװײ שעה ביז דער ערשטער פֿויגל איז צוריקגעקומען מיט אַ גרעזל אין זײַן פּיסקל. ער האָט אַראָפּגענידערט און אַרויפֿגעלײגט דאָס גרעזל אױפֿן טױטן פֿױגל. דער טױטער איז באַלד לעבעדיק געװאָרן און זײ בײדע זײַנען אַװעקגעפֿלױגן.

ווען דער מאַן האָט דאָס דערזען, האָט ער אַ טראַכט געטאָן: „סטײַטש, וואָס שטײ איך דאָ?… כ’װעל נעמען די צװײ גרעזעלעך און מיט זײער הילף לעבעדיק מאַכן די טויטע פֿון ארץ־ישׂראל!‟

דער מאַן איז געגאַנגען װײַטער און אױפֿן װעג האָט ער זיך אָנגעשטױסן אױף אַ טױטן לײב. דערזען אַזאַ זאַך, האָט ער באַשלאָסן אױסצופּרוּװן דעם כּוח פֿונעם גרעזעלע און צוגעלייגט עס צום פּגר. װי באַלד דער מאַן האָט דאָס געטאָן, איז דער לייב לעבעדיק געוואָרן, אױפֿגעשפּרונגען אױף די לאַפּעס און צעריסן דעם בידנע מאַן אױף פּיץ־פּיצלעך. און די צוויי ראָבן זײַנען אַלץ געזעסן אױפֿן בױם, געקוקט אויפֿן אומגעקומענעם מאַן, און דער אַלטער האָט שטיל פֿאַרסך־הכּלט: „ווײ איז דיר, מענטש, װאָס דו האָסט מיט דעם װוּנדער־גרעזל זיך אַליין שלעכט געטאָן.‟

און טאַקע דעריבער האָט בן־סירא געזאָגט: „מאַך אַ רשע קײן טובֿות נישט, װעט דיר קײן שלעכטס ניט אַרױסקומען.‟

אָבער, ס’װײַזט אױס, אַז די פּאָליטישע טובֿות לטובֿת די „מעסיקע רשעים‟, דהײַנו, קאַטאַר און מאַלײַזיע האָבן צו טאָן מיט גאָר אַן אַנדערן פּסוק — כּסף מטהר ממזרים, דאָס געלט רײניקט אָפּ די באַסטאַרדן. אױך דער־אָ אױסדרוק איז זײער אַלט און געבױרן געװאָרן נאָך אין יענע װײַטע צײַטן, װען די „פֿרײַנדשאַפֿט‟ האָט זיך געגט מיטן „צדק‟.