אַ פֿאַרגוואַלדיקטער געוועזענער חסיד באַערדיקט אין מאָנסי

Ex-Hasidic Rape Survivor Buried in Monsey

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published October 22, 2014, issue of November 07, 2014.

יואל דײַטש
יואל דײַטש

זונטיק, דעם 19טן אָקטאָבער, האָט מען אין מאָנסי באַערדיקט דעם 34־יאָריקן געוועזענעם סאַטמאַרער חסיד יואל דײַטש. אַ סאָציאַלער באַאַמטער האָט אים געפֿונען טויט אין זײַן ניו־יאָרקער דירה.

יואל דײַטש האָט פֿאַרלאָזט די חסידישע קהילה בײַ 17 יאָר און געביטן זײַן נאָמען אויף דזשאָ דיאַנדזשעלאָ. לויט זײַנע ווערטער, איז די עיקר־סיבה געווען דאָס, וואָס מיט 10 יאָר פֿריִער איז ער פֿאַרגוואַלדיקט געוואָרן „אויף אַ ברוטאַלן אופֿן‟ אין אַ מיקווה. דער אינצידענט איז געשען אויף מאַרסי־עוועניו, אַ באַקאַנטע חסידישע גאַס אין וויליאַמסבורג, ברוקלין. אינעם יאָר 2009, ווען ער האָט זיך אַנטשלאָסן מפֿרסם צו זײַן די מעשׂה, האָט ער באַטאָנט, אַז דער, וואָס האָט אים באַלעסטיקט, „האָט דערמאָרדעט זײַן ייִדישע נשמה‟.

די מעדיצינישע עקספּערטיז האָט באַשטעטיקט, אַז דיאַנדזשעלאָ איז אומגעקומען נאָכן אײַננעמען אַ צו־הויכע דאָזע פֿון נאַרקאָטיק. זײַנע חבֿרים גלייבן אָבער נישט, אַז דאָס איז געווען אַ בכּיוונדיקער זעלבסטמאָרד, ווײַל דער געוועזענער חסיד האָט זיך באַצויגן אָפּטימיסטיש צו זײַן לעבן. די משפּחה האָט זיך אָפּגעזאָגט אָנצונעמען זײַן „אָפּגעפֿאָרענעם‟ לעבנס־שטייגער, אָבער זײַנע פֿרײַנד האָבן אים תּמיד געהאָלפֿן. די סאַטמאַרער קהילה האָט אים באַגלייט אינעם לעצטן וועג אויפֿן ייִדישן בית־עולם אין מאָנסי, הגם ער אַליין האָט, ווי מע גיט איבער, נישט געוואָלט דאָרטן באַערדיקט ווערן.

אין די לעצטע יאָרן, האָט דיאַנדזשעלאָ כּסדר געקעמפֿט קעגן די סעקסועלע באַלעסטיקונגען אין די חסידישע קרײַזן. ער האָט געטענהט, אַז געוויסע רבנים האָבן פֿאַרטיידיקט די רשעים במשך פֿון צענדליקער יאָר. די דאָזיקע טעטיקייט האָט צוגעגעבן „פֿײַער‟ צו זײַן רעפּוטאַציע פֿון אַ „געפֿערלעכן פּאַרשוין‟ צווישן אַ טייל חסידים. צי האָט ער זיך טאַקע גענומען דאָס לעבן, צי געשטאָרבן על־פּי־טעות, אָבער ער האָט געליטן פֿון אַ טיפֿער פּסיכאָלאָגישער טראַוומע. לויט זײַנע ווערטער, האָט אים עמעצער פֿאַרגוואַלדיקט, ווען ער איז געגאַנגען אין מיקווה אַליין, אָן זײַן טאַטן, זײַענדיק אַ 7־יאָריק קינד. שפּעטער האָט ער זיך געמוטשעט מיט פּסיכישע פּראָבלעמען און געלעגן אין אַ פּסיכיאַטרישן שפּיטאָל.

זײַן חבֿרטע מערי מערפֿי האָט איבערגעגעבן, אַז זי האָט צום לעצטן מאָל באַקומען אַ טעקסט־בשׂורה פֿון דיאַנדזשעלאָ דעם 17טן סעפּטעמבער. ער האָט דערציילט, אַז זײַן חבֿר יואל ענגעלמאַן, אַן אַנדער קרבן פֿון אַ סעקסועלער באַלעסטיקונג, האָט חתונה געהאַט. ווען מערפֿי האָט אים געפֿרעגט, צי ער איז געגאַנגען צו זײַן חבֿרס שׂימחה, האָט ער געענטפֿערט, אַז ניין, „ווײַל ער האָט נישט קיין חשק צו גיין אויף חתונות צי לוויות‟.