שרעקט זיך! אָבער פֿאַר וואָס?

Be Afraid! But Why?

מע רעדט וועגן „עבאָלאַ‟ אויף CNN
מע רעדט וועגן „עבאָלאַ‟ אויף CNN

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published October 23, 2014, issue of November 07, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

נעמט, למשל, אין באַטראַכט „עבאָלאַ‟. די לעצטע דרײַ וואָכן האַלט CNN אין איין רעדן וועגן „עבאָלאַ‟, וועגן די אַלע פּיטשעווקעס פֿון דעם, ווי אַזוי דער ווירוס אַטאַקירט דעם קערפּער, די סימפּטאָמען, וואָס די געליטענע לעבן אַדורך און ווי אַזוי איר, די צוקוקער, קענען פֿאַרזיכערן, ווי אַזוי ניט אומגעבראַכט ווערן (בקיצור: רירט ניט אָן קיין אָנגעשטעקטע). קיין נבֿיא בין איך ניט און איך קען, אוודאי, ניט פֿאָרויסזען, וויפֿל אַמעריקאַנער וועלן, חלילה, אָנגעשטעקט ווערן מיט „עבאָלאַ‟. איך קען, אָבער, אָן קיין שום צווייפֿל, זאָגן אויף זיכער, אַז הונדערט ביז טויזנט מאָל אַזוי פֿיל מענטשן וועלן אינעם קומענדיקן יאָר טאַקע אומגעבראַכט ווערן פֿון נאָך אַ ווירוס, וועגן וועלכן CNN וועט קוים דערמאָנען: די אינפֿלועציע. יאָ, טאַקע דער „פֿלו‟ ברענגט אום אַרום 36,000 אַמעריקאַנער יעדעס יאָר און להיפּוך צום „עבאָלאַ‟ קען מען זיך פֿאַרטיידיקן קעגן אים דורך אַ וואַקצין. אָבער צוליב דעם וואָס די אינפֿלוענציע איז גאָרניט קיין נײַע דערשײַנונג, און די אַמעריקאַנער האָבן ניט שטאַרק מורא פֿאַר אים, הערט מען וועגן דעם בלויז אַ פּיפּס.

אַזאַ פֿענאָמען פֿון שווײַגן וועגן אַ נאָרמאַלער פּאַסירונג און רעדן טאָג־אײַן טאָג־אויס וועגן אַ מאָדנעם געשעעניש רופֿט מען אָן מיטן סאַרקאַסטישן נאָמען „מענטש בײַסט הונט‟. מיט דעם מיינט מען צו זאָגן, אַז טויזנטער מענטשן ווערן יעדן טאָג צעביסן פֿון הינט, אָבער זייער זעלטן בײַסט דער מענטש אַ הונט; דערפֿאַר איז נאָר דאָס צווייטע געשעעניש „אַ נײַעס‟.

נעמט, למשל, דעם טראַנספּאָרט. יעדעס יאָר ווערן אומגעקומען אין אַמעריקע בדרך־כּלל אַרום 138 מענטשן אין אַעראָפּלאַן־קאַטאַסטראָפֿעס, און מער ווי 36,000 זענען - אין אויטאָ־אַקצידענטן. אויסגערעכנט אויף אַן אַנדער אופֿן, איז דער שאַנס, וואָס דער דורכשניטלעכער אַמעריקאַנער וועט דאָס קומענדיקע יאָר אומקומען אין אַן אַעראָפּלאַן־קאַטאַסטראָפֿע 1 פֿון 2.067 מיליאָן, און אין אַן אויטאָ־אַקצידענט בלויז 1 פֿון 7,700. אויב מע פּראָיעקטירט אויף אַ גאַנץ לעבן, איז דער שאַנס, אַז איר וועט, חלילה, שטאַרבן צוליב אַן אויטאָ־אַקצידענט אַרום 700 מאָל העכער ווי דער שאַנס, אַז איר וועט, חס־ושלום אומקומען אין אַן אַעראָפּלאַן־קראַך. אָבער אויף דער טעלעוויזיע רעדט מען מער וועגן דער זיכערהייט פֿון אַעראָפּלאַנען, איידער דער זיכערקייט פֿון די אויטאָס.

אין דעם קען מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט בלויז באַשולדיקן די נײַעס אויף דער טעלעוויזיע, נאָר אויך די מענטשלעכע פּסיכאָלאָגיע. מענטשן האָבן ווייניקער מורא פֿאַר אויטאָס ווי אַעראָפּלאַנען, ווײַל מע האָט מער מורא פֿאַר זאַכן, וואָס מע פֿירט ניט (דעם אַעראָפּלאַן), ווי די זאַכן וואָס מע קאָן אַליין קאָנטראָלירן; דווקא די פֿאָר־מיטלען וואָס מיר אַליין פֿירן, אָבער, זענען מער געפֿערלעך ווי די, וואָס ווערן קאָנטאָרלירט דורך אַ קאָמאַנדע טרענירטע פּילאָטן. וואָס שייך געזונט־ענינים דאַרף מען דערמאָנען, אַז מענטשן האָבן אַ סך מער מורא פֿאַר זעלטענע קרענק, וואָס קומען אָן גאַנץ גיך און אָן קיין וואָרענונג („עבאָלאַ‟, טייטלעכע פּאַראַזיטן), ווי געוויינטלעכע כראָנישע פּראָבלעמען אַזוי ווי איבערוואָגיקייט אָדער צוקער־קרענק, וואָס ברענגען מענטשן אום במשך פֿון לאַנגע יאָרן.

מחמת די „נײַעס‟ אויף דער טעלעוויזע עקזיסטירן, דער עיקר, צו שאַפֿן געלט פֿאַר די וואָס פֿאַרמאָגן די טעלעוויזיע־פֿירמעס ווי CNN און „פֿאַקס־ניוז‟, און האָבן נאָר, ווי אַ צווייטער ציל, דאָס אינפֿאָרמירן דעם ברייטערן עולם, נוצן אויס די נײַעס־פּראָגראַמען די באַזונדערקייטן פֿון דער מענטשלעכער פּסיכאָלאָגיע, כּדי צוצוציִען וואָס גרעסער אַן עולם און אים צו האַלטן אָנגעשראָקן, פֿעסט צוגעבונדן צום טעלעוויזאָר.