ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published October 22, 2014, issue of November 07, 2014.

אַ נײַער זאַל בײַם ייִדישן מוזיי

אינעם ייִדישן מוזיי אין מאָסקווע האָט זיך געעפֿנט אַ נײַער זאַל. לאָמיך דערמאָנען, אַז דער דאָזיקער מוזיי איז דער גרעסטער ייִדישער מוזיי אין אייראָפּע. ער באַשטייט פֿון 12 זאַלן, וואָס אין זיי ווערט דערציילט די געשיכטע פֿון ייִדן אין רוסלאַנד און אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.

די עפֿענונג פֿון אַ ייִדישן מוזיי אין אַ פּריוואַטער מאָסקווער דירה, 1988
די עפֿענונג פֿון אַ ייִדישן מוזיי אין אַ פּריוואַטער מאָסקווער דירה, 1988

די וואָך איז צו די זאַלן, וואָס זײַנען שוין פֿאַראַן, צוגעקומען נאָך אַ נײַער — „פֿון פּערעסטרויקע ביז הײַנט צו טאָג‟. דאָס איז אַ מין קינאָזאַל, אין וועלכן עס ווערט דעמאָנסטרירט אַ פֿילם וועגן די לעצטע 30 יאָר אין דער געשיכטע פֿון רוסלאַנד. אַחוץ דער אָפֿיציעלער ווערסיע פֿון דער געשיכטע, איז פֿאַראַן אויך אַ מינדלעכע געשיכטע: מען ווײַזט אינטערוויוען מיט באַרימטע רוסלענדישע ייִדישע טוער: דער זינגער אַנדריי מאַקאַרעוויטש, דער פּאָעט לעוו רובינשטיין, דער מענטש נומער 3 אין רוסישן חב״ד — ברוך גאָרין, דער איבערזעצער פֿעליקס דעקטאָר, דער באַנקיר וויקטאָר וועקסעלבערג און אַנדערע פּערזענלעכקייטן, וועלכע טיילן זיך מיט זייערע זכרונות פֿון דער תּקופֿה. דינסטיק דעם 21סטן אָקטאָבער איז פֿאָרגעקומען דער חנוכּת־הבית פֿון דעם נײַעם זאַל.

חב״ד — דאָס ייִדישע קול אין רוסלאַנד

ווײַטערע נײַעס זענען אויך פֿאַרבונדן מיטן רוסלענדישן חב״ד.
דער חב״דנער הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר האָט זיך געטראָפֿן מיטן אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר אין רוסלאַנד, דזשאָן טעפֿט. די באַגעגעניש איז פֿאָרגעקומען אין דער שיל אין מאַרינאַ ראָשטשאַ, וווּ דער בעל־הבית האָט געוויזן דעם אַמבאַסאַדאָר די קולטור־פּראָגראַמען, וואָס ווערן דורכגעפֿירט אינעם קהילה־צענטער בײַ דער שיל. דער גאַסט האָט צוגעזאָגט ווײַטער צו שטאַרקן די צוזאַמענאַרבעט און פֿאַרבינדונגען צווישן דעם רוסלענדישן חב״ד און דער אַמעריקאַנער ייִדישער קהילה.

די וואָך האָט ר’ בערל לאַזאַר מקבל־פּנים געווען נאָך איין גאַסט, דעם פֿאַרטרעטער פֿון OSCE — ענדרו בייקער, וואָס איז אַ מיטגליד פֿון דער קאָמיסיע פֿאַר טאָלעראַנץ, און איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם. אויף דער באַגעגעניש איז די רייד געגאַנגען וועגן אַנטפּלעקונגען פֿון אַנטיסעמיטיזם אין איצטיקן רוסלאַנד און וועגן שׂינאת־זרים דאָ אין לאַנד.

זעט אויס, אַז די ביידע באַגעגענישן קען מען באַטראַכטן ווי אַ צווייזײַטיקע אַרבעט אין די ראַמען פֿון צווישן־באַציִונגען פֿון דער רוסישער מלוכה און דעם חב״ד. די לאַגע פֿון חב״ד אין רוסלאַנד קען דווקא מאַכן אַ שטאַרקן רושם אויף אַ גאַסט פֿון מערבֿ, און דער מלוכה איז דער חב״ד נייטיק ווי אַ ייִדישע אָרגאַניזאַציע, וואָס איז אי טראַדיציאָנעל — די אָפֿיציעלע פּראָפּאַגאַנדע אין רוסלאַנד באַזירט זיך דאָך אויף טראַדיציעס — אי ייִדיש, אי קען עדות זאָגן וועגן דעם פֿאַקטיש נידעריקן ניוואָ פֿון אַנטיסעמיטיזם אין רוסלאַנד.