איז דער עלילת־דם בלויז אַ זאַך פֿון דער געשיכטע?

The Blood Libel: A Thing of the Past?


פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published October 24, 2014, issue of November 21, 2014.

איך גלייב, אַז אַ סך לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ זײַנען באַקאַנט מיט שלום אַשס ראָמאַן „איסט ריווער‟, וואָס איז געווען זייער פּאָפּולער, אויף ייִדיש און ענגליש, בפֿרט סוף 1940ער יאָרן. מע האָט אַפֿילו פּלאַנירט צו מאַכן אַ פֿילם, באַזירט אויף דעם ראָמאַן, אָבער דער גורל האָט אַזוי אַ שפּיל געטאָן, אַז פֿון דעם דאָזיקן פּלאַן האָט מען זיך אָפּגעזאָגט. איך וועל דאָ ניט איבערחזרן די געשיכטע; מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך שוין וועגן דעם געשריבן: yiddish2.forward.com/node/3950/print/.

אין דעם ראָמאַן „איסט ריווער‟ ווערט די קאַטוילישע פֿרוי מערי אַ שנור פֿון אַ פֿרומען ייִד, און אַרום דעם דאָזיקן זיווג דרייט זיך דער סיפּור־המעשׂה. אין עפּעס אַ מאָמענט וויל מערי צוגרייטן פֿאַר איר שווער אַ כּשרע וועטשערע און צוליב דעם גייט זי אין אַ יאַטקע צו קויפֿן אַ הון („טשיקען‟). בעת־מעשׂה פֿרעגט זי דעם קצבֿ („בוטשער‟): „ווי אַזוי קאָכט מען אַ ייִדישע טשיקן?‟. דערקלערט ער איר: „צוערשט, נעמט מען די טשיקן, מען לייגט זי אַרײַן אין אַ שיסל מיט קאַלט וואַסער און מען לאָזט זי ווייקן זיך אַ שעה צײַט, גענוי, אַ שעה צײַט. פֿאַרשטאַנען? גוט אײַנגעזאַלצט, אַז יעדער טראָפּן בלוט זאָל אויסרינען פֿון איר. מען לאָזט זי אַזוי אין זאַלץ אַ האַלבע שעה צײַט. דערנאָך וואַשט מען אָפּ דאָס זאַלץ און מען שטעלט צו די טשיקן צום קאָכן. דערנאָך, ווען עס האָט אַ טעם ווי מען קײַט שטרוי, איז עס אַ כּשר טשיקן…‟

אַ שוחטס אַן אייניקל, געדענק איך, ווי מײַן מאַמע האָט אַזוי געקאָכט אַ הון פֿאַר אירע עלטערן. אַנדערש וואָלטן זיי זיך צום עסן ניט צוגערירט. אפֿשר ניט אין גאַנץ אַזוי האָט זי עס געמאַכט אויך פֿאַר אונדז, דעם ניט־כּשרן טייל פֿון דער משפּחה, אָבער סײַ־ווי־סײַ פֿלעגט זי האַלטן אַ הון געווייקט אין אַ געזאַלצן וואַסער. בלוט האָבן מיר ניט געגעסן, דאָס איז געווען „גוייִש‟. איך האָב מיט שרעק און עקל געקוקט ווי קינדער אין דער שול האָבן געגעסן קאָלבעס, אָנגעפֿילט מיט חזיר־בלוט; אַזאַ דאָרפֿיש מאכל, באַקאַנט ווי „קראָוויאַנקאַ‟ אָדער „שוואַרצער פּודינג‟, איז גאַנץ פּאָפּולער אין אוקראַיִנע.

דאָ האָבן מיר אַ ווילדן פּאַראַדאָקס. אַ היפּש ביסל פֿון די בלוט־עסערס האָבן געגלייבט, און אייניקע גלייבן נאָך עד־היום, אַז דווקא ניט זיי, נאָר ייִדן זײַנען זשעדנע נאָך בלוט, בפֿרט פֿאַר מצה, ווײַל, לויט זייער שׂכל נאָך, איז מצה קיין מצה ניט, טאָמער עס האָט ניט אין זיך קיין טראָפּן קריסטלעך בלוט. פֿון דער דאָזיקער אײַנגערעדטער זאַך קען מען לאַכן, אָבער, ווי עס לערנט אונדז די געשיכטע, האָט זי געבראַכט ייִדן אַ סך צרות, אַפֿילו טראַגעדיעס, אין פֿאַרשיידענע צײַטן און ערטער.

די טעג האָב איך זיך צערעדט וועגן עלילת־דם מיט אַ קאָלעגע, וואָס איז אַן ערנסטער היסטאָריקער, אָבער ער פֿאַרנעמט זיך מיט גאָר אַנדערע, דער עיקר, ניט קיין ייִדישע זאַכן. האָט ער מיר געזאָגט: „וויפֿל קען מען זיך גריבלען אין דעם? די מעשׂה איז שוין אַן אויסגעשעפּטע.‟ אין דער אמתן, איז עס ווײַט ניט אַזוי. עס בלײַבן נאָך אַ סך „ניט־אויסגעשעפּטע‟ פֿראַגעס, אויף וועלכע מע דאַרף געבן אַ היסטאָריש־אַנאַליטישן ענטפֿער. ניט צופֿעליק האָט זיך אין אורבאַנאַ־שאַמפּיין, אילינוי, צונויפֿגעקליבן אַ גרופּע היסטאָריקער פֿון אַ צאָל לענדער, כּדי טאַקע אַ רוק טאָן דעם ענין פֿאָרויס. די קאָנפֿערענץ האָט געטראָגן אַזאַ נאָמען: The Strange World of Ritual Murder: Culture, Politics, and Belief in Eastern Europe and Beyond.

ווי אַזוי קום איך צו אַזאַ טעמע און צו אַזאַ קאָנפֿערענץ? גאַנץ צופֿעליק. אין דניאל טשאַרניס בוך „אַ יאָרצענדליק אַזאַ‟ האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַן עלילת־דם־ענין אין מאָסקווע אין יאָר 1922. דער גאַנצער ענין, וועלכן דער אַקאַדעמישער עולם האָט דערווײַל ניט באַמערקט, איז, אין אַ געוויסן זין, אַ טראַגי־קאָמישער, מיט סימנים פֿון „שוואַרצן הומאָר‟. ער איז פֿאַרבונדן מיט דעם, ווי אַזוי אַן אַלטער שמשׂ פֿלעגט טראַנספּאָרטירן קערפּערס פֿון פֿאַרשטאָרבענע ייִדישע קינדער: ער האָט זיי געפֿירט אויפֿן בית־עולם זייער פּשוט — מיט אַ געוויינלעכן טראַמווײַ. אַזוי האָט ער עס געטאָן אויך אין אַפּריל 1922, מיט עטלעכע טעג פֿאַר פּסח. און דער מאָסקווער המון האָט זיך אָנגעשטויסן, אַז אין דעם זאַק געפֿינט זיך אַ קינד. הקיצור, האָט זיך אַרום דעם פֿאַרקאָכט אַ גאַנצע מעשׂה, מיט אַ געריכט, מיט אַרטיקלען אין דער פּרעסע וכ‘.

ווי אַזוי קענען מענטשן גלייבן אין אַזאַ זאַך ווי עלילת־דם? וועגן דעם האָט מען אויך גערעדט אויף דער קאָנפֿערענץ. אמת, היסטאָריקער זײַנען ניט גרייט צו געבן אַ קלאָרן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע. דאָס איז אַ טעמע פֿאַר אַנדערע פֿאָרשער, איך ווייס אַפֿילו ניט פּינקטלעך, פֿאַר וועלכע; אפֿשר פֿאַר פּסיכאָלאָגן. אַזוי צי אַזוי, גלייבט מען. למשל, ווייניקער ווי מיט אַ יאָר צוריק האָט אַן אויספֿרעג געוויזן, אַז 13 פּראָצענט פּאָליאַקן גלייבן אין עלילת־דם. איך בין זיכער, אַז אין אַלע, צי כּמעט אַלע לענדער, האַלט אַזוי עפּעס אַ טייל מענטשן. מיט אַנדערע ווערטער, קען מען טענהן, אַז דער בייליס־פּראָצעס איז נאָך ניט אין גאַנצן פֿאַרענדיקט געוואָרן.