אַ גילגול פֿונעם „דיבוק‟

Reincarnation of The Dybbuk

דער ישׂראלדיקער „גשר‟־טעאַטער שפּילט דעם „דיבוק‟ אין „מאַיאַ­קאָװסקי‟־טעאַטער, מאָסקװע
Daniel Kaminsky
דער ישׂראלדיקער „גשר‟־טעאַטער שפּילט דעם „דיבוק‟ אין „מאַיאַ­קאָװסקי‟־טעאַטער, מאָסקװע

פֿון לאה שלאַנגער

Published October 26, 2014, issue of November 21, 2014.
חנן (סאַשאַ דעמידאָוו) און לאה (אפֿרת בן צור) אין דער „דיבוק‟־אויפֿפֿירונג פֿונעם „גשר‟־טעאַטער אין „מאַיאַ­קאָװסקי‟־טעאַטער, מאָסקװע
Daniel Kaminsky
חנן (סאַשאַ דעמידאָוו) און לאה (אפֿרת בן צור) אין דער „דיבוק‟־אויפֿפֿירונג פֿונעם „גשר‟־טעאַטער אין „מאַיאַ­קאָװסקי‟־טעאַטער, מאָסקװע

הײַיאָר איז דער ישׂראלדיקער „גשר‟־טעאַטער אײַנגעלאַדן געװאָרן צו שפּילן דעם „דיבוק‟ אין „מאַיאַקאָװסקי‟־טעאַטער אין מאָסקװע.

„דער דיבוק‟, אָדער „צװישן צװײ װעלטן‟, װי ש. אַנ־סקי האָט עס אָנגערופֿן, האָט אַנ־סקי אָנגעשריבן אין די יאָרן צװישן 1913־1916. אָנגעשריבן עס אױף רוסיש. פֿאַרװאָס האָט עס געדױערט אַזױ לאַנג, װײַל ער האָט געמוזט די פּיעסע איבערמאַכן צװײ מאָל צוליב דער צענזור; און ס’האָט זיך באַקומען גאָר אַן אַנדער פּיעסע.

אינטערעסאַנט, אַז דער אײַנפֿאַל אַרײַנצופֿירן אַ משולח, האָט אים אונטערגעזאָגט דער גרויסער רוסישער רעזשיסאָר קאָנסטאַנטין סטאַניסלאַװסקי. ש. אַנ־סקי האָט די פּיעסע פֿאָרגעלײגט דעם קונסט־טעאַטער אין סאַנקט־פּעטערסבורג, דערנאָך אין מאָסקװע, אָבער צוליב פֿאַרשײדענע סיבות איז די פּיעסע אויף רוסיש נישט געשטעלט געװאָרן. אין 1916 האָט די מאָסקװער ייִדישע צײַטונג „יעװרעיסקאַיאַ זשיזן‟ (ייִדיש לעבן) אָפּגעדרוקט אַ טײל פֿונעם ערשטן אַקט. צום סוף, האָט אַנ־סקי עס איבערגעזעצט אױף ייִדיש.

די „װילנער טרופּע‟ איז געװען די ערשטע, װאָס האָט אױפֿגעפֿירט די פּיעסע אױף ייִדיש שױן אין יאָר 1920 אין װאַרשע, אונטער דוד הערמאַנס רעזשי מיט מרים אָרלעסקאָ, אַלכּסנדר שטײן, אַבֿרהם מאָרעװסקי, נחום נחבוש און אַנדערע. די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען צו אַנ־סקיס שלושים. װאָס איז װײַטער געשען װײסט איר אַלײן. איך װיל נאָר דערמאָנען, אַז אין 1921 האָט מען אױפֿגעפֿירט דעם „דיבוק‟ אין אַמעריקע, וווּ די ראָלע פֿון לאה האָט געשפּילט סאַליאַ אַדלער און מאָריס שװאַרץ — דעם מיראָפּאָלער צדיק. אין ארץ־ישׂראל איז די פּיעסע באַװוּסט געװאָרן פֿון דער צײַטונג „התּקופֿה‟, און יהודה יערי האָט עס אױפֿגעפֿירט מיט אַן אַמאַטאָרישן טעאַטער פֿון חלוצים, װאָס האָבן זיך פֿאַרנומען מיט בױען װעגן. אַבא חושי, דער אַמאָליקער כּנסת־דעפּוטאַט און בירגער־מײַסטער פֿון חיפֿה, האָט געשפּילט דעם מיראָפּאָלער צדיק.

ש. אַנ־סקי האָט אָנגעשריבן די ערשטע װערסיע לױט אַ פּראָטאָקאָל, פֿונעם יאָר 1848, װאָס מ’האָט געמאַכט אינעם שטעטל סטולאָװיטש אין אוקראַיִנע. (ס’איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז דאָס איז געװען די תּקופֿה פֿון דער השׂכּלה). דעם פּראָטאָקאָל אונטערן קעפּל „גירוש דיבוק‟, האָט אַנ־סקי געפֿונען אין ייִדישן אַרכיװ אין װאַרשע, און אױפֿן סמך פֿון דעם אָנגעשריבן זײַן באַרימטע פּיעסע, װאָס איז אַרײַן אין רעפּערטואַר פֿון דער װעלט־דראַמאַטורגיע.

דעם סיפּור־המעשׂה װעל איך אײַך נישט דערצײלן, װײַל כ’גלײב, אַז איר קענט די ליבע־געשיכטע פֿון לאה און חנן, און די סיבה, צוליב װעלכער דער דיבוק איז אַרײַן אין דער כּלה, לאה. אָבער נישט אַזױ שטייט אין די פּראָטאָקאָלן, וואָס אױף זייער סמך האָט אַנ־סקי אָנגעשריבן די פּיעסע. אין די פּראָטאָקאָלן שטײט, אַז דער חתן לעבט און אין דער כּלה איז אַרײַן דער דיבוק (דער גײַסט) פֿון חתנס פֿאָטער, װאָס איז דערהרגעט געװאָרן בעת אַן אומגליקפֿאַל. דאָס איז שױן אַן אַנדער געשיכטע, דאָ איז שױן אַן אָנדײַט, אַז ס’קאָן זײַן גילױ־עריות, ס’הײסט, אַ בלוט־שאַנד. איך דערמאָן עס דערפֿאַר, װײַל אין דער פֿאָרשטעלונג פֿון „גשר‟־טעאַטער, איז אַן אָנדײַט אױף דעם, אַז סענדער, לאהס פֿאָטער, האָט אַ שװאַכקײט צו זײַן טאָכטער, װאָס האָט מיך פּערזענלעך זײער פֿאַרװוּנדערט.

איז נאָך 92 יאָר האָט זיך „דער דיבוק‟ אומגעקערט קײן מאָסקװע אױף העברעיִש און איז געשפּילט געוואָרן דרײַ מאָל אין „מאַיאַקאָװסקי‟־טעאַטער, װוּ די „הבימה‟ האָט אין 1922 אױפֿגעפֿירט די פּיעסע צום ערשטן מאָל, אין דער איבערזעצונג פֿון ח.־נ. ביאַליק — אַזױ האָט ש. אַנ־סקי געפֿאָדערט. רעזשיסירט האָט עס דעמאָלט יעװגעני װאַכטאַנגאָװ מיט מוזיק פֿון יואל ענגעל; די הויפּט־ראָלעס האָבן געשפּילט חנה ראָװינאַ, מעסקין, נחום צמח, פֿאַני לאַװיטש און אַנדערע.

אין „גשר‟־טעאַטער האָט דער דראַמאַטורג רועי חן געגעבן דער פּיעסע אַן אַנדערע אינטערפּרעטאַציע, װי מען זאָגט בײַ אונדז, פֿאַרטײַטשט און פֿאַרבעסערט; רעזשיסירט האָט עס יעװגעני אַריה, דער אַרטיסטישער דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער, װעלכער האָט אױך געשאַפֿן דעם „גשר‟־טעאַטער מיט 23 יאָר צוריק. יעװגעני אַריה איז געקומען פֿון מאָסקװע טאַקע פֿון „מאַיאַקאָװסקי‟־טעאַטער נאָך דעם, װי ער האָט דאָרט אױפֿגעפֿירט די פּיעסע „ראָזענקראַנץ און גילדענשטערן זײַנען טױט‟, און מיטגעברענגט מיט זיך אַ גרופּע אַקטיאָרן, װי סאַשאַ דעמידאָװ, יעװגעניאַ דאָדינאַ, מאַנאָר און אַנדערע, װעלכע זײַנען געװאָרן דער יסוד פֿונעם טעאַטער. מיט דער פּיעסע „ראָזענקראַנץ און גילדענשטערן‟ האָט טאַקע דער „גשר‟־טעאַטער אָנגעהויבן זײַן טעטיקײט אין תּל־אָבֿיבֿ, אינעם קעלער פֿונעם „הבימה‟־טעאַטער. דער נײַער טעאַטער האָט באַלד אַרױסגערופֿן אַ גרױסע פֿאַראינטערעסירונג, און ביזן הײַנטיקן טאָג שפּילן זײ מיט גרױס דערפֿאָלג.

אינעם רעפּערטואַר פֿון „גשר‟ געפֿינען זיך פּיעסעס פֿון פֿאַרשידענע דראַמאַטורגן, דראַמעס און קאָמעדיעס. אין מאָסקװע האָט מען זײ אױפֿגענומען מיט שטורמישע אַפּלאָדיסמענטן, און נישט נאָר דער עולם; אױך די אַקטיאָרן, רעזשיסאָרן און טעאַטער־מענטשן זײַנען געקומען צו זען זייער שפּילן.