אָבאַמאַ לערנט זיך נישט אָפּ פֿון דער געשיכטע

Obama Refuses to Learn From the Past

Getty Images

פֿון דזשיי דזשיי גאָלדבערג (Forward)

Published October 29, 2014, issue of November 21, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

און אַמעריקעס צווייטער טעות? אין 2008 האָבן מיר דערוויילט אַ פּרעזידענט, וואָס רעפּרעזענטירט פּונקט דאָס פֿאַרקערטע פֿון דזשאָרדזש דאָבליו בוש. באַראַק אָבאַמאַ איז געווען געלערנט, גערעדט שיין און זיך געפֿירט פֿאָרזיכטיק, אין פֿאַרגלײַך מיט בוש, וואָס איז געווען אַ שוואַכער רעדנער און זייער אימפּולסיוו. אָבאַמאַ האָט דעמאָלט צוגעזאָגט, אַז ער וועט אונדז אַרויסציִען פֿון די דורכגעפֿאַלענע מלחמות אין אַזיע.

הײַנט אין 2014 זעען מיר די רעזולטאַטן פֿון אַזאַ פּאָליטיק: משוגעים, וואָס פּריידיקן גענאָציד, קעפּן און הענגען מענטשן אויף רעכטס און לינקס, אין זייער קאַמפּאַניע אײַנצוכאַפּן צוויי הילפֿלאָזע לענדער, און דערבײַ באַגראָבן זיי קינדער לעבעדיקערהייט און פֿאַרשקלאַפֿן יונגע מיידלעך. זיי האָבן אויפֿגעשטעלט אַן אימפּעריע אַזוי ווי עס פֿלעג זײַן אין מיטל־אַלטער, ניצנדיק די מאָדערנסטע וואָפֿנס — טאַנקען, אַרטילעריע, אַפֿילו קאַמף־דזשעטן, וואָס זיי האָבן פֿאַרכאַפּט בײַ אונדזערע אומקאָמפּעטענטע „קליִענטן‟.

דערצו האָט אָבאַמאַ צוגעזאָגט, אַז ער וועט לייזן די פֿאַרסמטע פּאַרטיייִשע צעשפּאַלטונג אינעם קאָנגרעס, וואָס האָט ממש פּאַראַליזירט וואַשינגטאָן; צוגעזאָגט, אַז ער וועט איבערצײַגן די פּאַרטייען צוזאַמען צו לייזן אונדזערע קריזיסן, וואָס שייך דער עקאָנאָמיע, דער געזונט־באַדינונג סיסטעם, דער אימיגראַציע־סיסטעם, און דאָס ערגסטע — אַ ציניזם־מגפֿה, וואָס באַטראַכט די גאַנצע רעגירונג ווי אַ פֿאַרזונקענע.

צום באַדויערן, האָט אָבאַמאַ טאַקע געגלייבט אין זײַן אייגענער רעטאָריק, אַז ער וועט קענען אָפּשאַפֿן דעם פּאַרטייען־קאַמף אין וואַשינגטאָן, און איבערצײַגן אַלעמען צוזאַמענאַרבעטן. אַ נעכטיקער טאָג… אין גיכן האָט די גאַנצע סיסטעם ממש אויפֿגעהערט צו פֿונקציאָנירן, צוליב דעם פֿאַרעקשנטן רעפּובליקאַנער מינאָריטעט; אַ גרופּע קאָנסערוואַטיווע דעמאָקראַטישע סענאַטאָרן און הונדערטער מיליאָנען דאָלאַרן פֿון די שתּדלנות־גרופּעס. די קאַמפּאַניע צו פֿאַרבעסערן דעם קלימאַט־מצבֿ איז „געשטאָרבן‟ אינעם סענאַט; אימיגראַציע־רעפֿאָרם האָט מען בכלל נישט אַרײַנגעשטעלט אינעם סדר־היום. אָבאַמאַ האָט באַוויזן צו ראַטעווען די באַנקראָטירנדיקע בענק, אָבער נישט די פֿאַאָרעמטע הויז־אייגנטימער, וועלכע זענען שטעקן געבליבן מיט אַ היפּאָטעק, וואָס זיי קענען נישט באַצאָלן.

אַפֿילו די פּאָר נצחונות אָבאַמאַס, ווי די רעפֿאָרמען פֿון דער געזונט־באַדינונג סיסטעם, זענען אַזוי פֿאַרוואַסערט און קאָמפּליצירט געוואָרן, אַז זײַן פּאָפּולאַריטעט איז הײַנט דאָס נידעריקסטע וואָס ס׳איז אַ מאָל געווען. און איצט מוז ער אויסשטיין נאָך זעקס יאָר פֿון פּאַראַליז. אין די קומעדיקע וואַלן אין נאָוועמבער וועט אָבאַמאַ און זײַן פּאַרטיי מסתּמא גוט באַשטראָפֿט ווערן, צוליב זײַנע אייגענע טעותן: אַז ער האָט צוגעזאָגט צו לייזן אונדזערע פּראָבלעמען, אָבער אין לעצטן סך־הכּל, האָט ער דווקא באַלוינט יענע, וועלכע זענען אַליין שולדיק אין די צרות.

צוויי מאָל האָט מען אָבאַמאַן אָפּגענאַרט, אָבער אונדז — נישט. מיר האָבן זיך פֿון דער געשיכטע שוין גוט אָפּגעלערנט.