טאָגשולן אינוועסטירן אין בעסערע ספּאָרט־אײַנריכטונגען

Jewish Day Schools Invest in Better Sports Facilities

דער נײַער סטאַדיאָן אין דער „שעק־הילל טאָגשול‟
Courtesy Scheck Hillel
דער נײַער סטאַדיאָן אין דער „שעק־הילל טאָגשול‟

פֿון אַנטאָני ווײַס (ייִט״אַ)

Published October 30, 2014, issue of November 21, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַ טייל עלטערן זענען אָבער נישט צופֿרידן מיט דעם הויכן פּרײַז פֿון די אײַנריכטונגען. סוזין תּמיר, אַ מאַמע פֿון צוויי תּלמידים אין „שעק־הילל‟, האַלט, אַז די ייִדישע שטודיעס, נישט די ספּאָרט־אַקטיוויטעטן, דאַרפֿן זײַן דער עיקר פֿון אַ ייִדישער טאָגשול. „די שול וואָלט גיכער געדאַרפֿט אויסגעבן דאָס געלט צו העלפֿן די משפּחות צו באַצאָלן שׂכר־לימוד,‟ האָט זי געזאָגט.

די ייִדישע זומער־לאַגערן האָבן אויך לעצטנס אָנגעהויבן אינוועסטירן אין זייערע אַטלעטישע אײַנריכטונגען. פֿאַראַיאָרן האָט די „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישע זומער־לאַגערן‟ געהאָלפֿן צו גרינדן צוויי ספּאָרטקעמפּס: JCC Maccabi אין אַטערטאָן, קאַליפֿאָרניע, און URJ S Points אין גרינסבאָראָ, צפֿון־קאַראָלײַנע. דערצו האָבן די לאַגערן פֿון דער YMHA אין ניו־דזשערזי, ווי אויך „קעמפּ רמה‟ אין די פּאָקאָנאָ־בערג לעצטנס צוגעבויט אַ גרויסן ספּאָרט־אָפּטייל.

אַחוץ דעם צוציִען מער תּלמידים, קאָנען די נײַע ספּאָרט־אײַנריכטונגען אויך אַרײַנברענגען מער געלט פֿון די גראַדואַנטן. הרבֿ עזרא לוי, דער הויפּט פֿון „שעק־הילל‟, זאָגט, אַז ער האָט שוין געפֿירט אַ דעלעגאַציע פֿון אַמאָליקע תּלמידים, פּאָטענציעלע מעצענאַטן, איבערן סטאַדיאָן.

בײַ די תּלמידים פֿון „שעק־הילל‟, איז אָבער די גרעסטע מעלה פֿונעם סטאַדיאָן, אַז עס רופֿט אַרויס אַ געוויסן שטאָלץ אין דער שול. „די ספּאָרטמאַטשן ברענגען די גאַנצע ייִדישע קהילה צונויף,‟ האָט באַמערקט דניאל פֿראַנקאָ, אַ תּלמיד פֿונעם 10טן קלאַס. „קוקט, וויפֿל מענטשן זענען געקומען, אַפֿילו ווען ס׳רעגנט!‟