אַנטיסעמיטן פֿון דער וועלט — פֿאַראייניקט זיך

Anti-Semites of the World Unite

דעמאָנסטראַנטן לעבן דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין לאָנדאָן, אויגוסט 2014
דעמאָנסטראַנטן לעבן דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין לאָנדאָן, אויגוסט 2014

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published October 31, 2014, issue of November 21, 2014.

איך האָב דערוואַכט דעם הײַנטיקן פֿרימאָרגן נאָך איידער דער האָן האָט געקרײט, אַ דריי געטאָן בײַם שרײַפֿל מײַן ראַדיאָ, געוואָלט הערן די לעצטע נײַעס. נאָך אַלעמען, די מענטשהייט רוט נישט, נאָר מ’שלאָגט זיך, נאָר מ’קוילעט זיך, מ’האַקט קעפּ, מ’פֿאַרכאַפּט גאַנצע שטחים לאַנד, מענטשלעכע קרבנות פֿאַלן ווי די פֿליגן, אַמעריקע שיקט אָנפּילאָטניקעס צו באָמבאַרדירן, עס פֿליִען האַרמאַטן אַהין און צוריק, דער קעניג אַסאַד זיצט זיך אין סיריע אויפֿן כּסא־הטראָן, ווי נישט אים מיינט מען, ער לאָזט די אַמעריקאַנער טאָן זײַן שוואַרצע אַרבעט.

מ’פֿאַרמעסט זיך מיט „אײַסיס‟ צי „איסלאַמישע מלוכה‟, דער טײַוול ווייסט זיי, האָב איך איין ווינטשעוואַניע פֿאַר זיי אַלע: „זיי זאָלן צוזאַמען מיט זייערע אונטערשטיצער ווי קאַטאַר, סאַודיע און ס’רעשט פֿון דער „כאַללאַ־סטרע־אכבאַר־באַרן‟, האָבן קורחס סוף און המנס מפּלה…

דערווײַל בושעוועט אין די אַפֿריקאַנער לענדער אַ מגפֿה, וואָס הייסט „עבאָלאַ‟, און שטעקט אָן גאַנצע ראָטעס פֿוס־גייענדיקע מאַסן. און אונדזער פּרעזידענט ווייסט, נעבעך, נישט ווי זיך אַן עצה צו געבן מיטן גאַנצן קלאַפּערגעצײַג פֿונעם נײַעם פּאָליטישן יקום־פּורקן.

אָבער ווען מ’טרעט מיר אָן אויף מײַן ייִדישן אָטשיסק, ווער איך אָן מײַן גלײַכגעוויכט און ווער צעפּיקעט. אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן דעם, וואָס איך האָב אויפֿגעכאַפּט די טראַנסמיסיע פֿון דער „בי־בי־סי‟, וואָס קומט צו אונדז מיט גרויס פּאַראַד אַזש פֿון לאָנדאָן, און איך האָב געהערט ווי זיי צעפֿלאַמען דעם אַנטיסעמיטיזם איבער זייערע כוואַליעס, פּאַשען דערמיט די גאַנצע וועלט שׂונא־ישׂראל מיט זייער אַנטיסעמיטישן גיפֿט, האָט די הויט אויף מיר אַזש גערינצלט.

זייער גאַנצע תּורה באַשטייט פֿון אײַנשטודירן דעם פֿאַלשן, אַנטיסעמיטישן פּאַשקוויל אונטערן קעפּל „די פּראָטאָקאָלן פֿון די זקני־ציון‟. וווּ מע וואַרפֿט פּעך און שוועבל אויף אַחינו־בני־ישׂראל מיט אַזעלכע זלידנע באַשולדיקונגען פֿון שקר וכּזבֿ, אויף אַזוי ווײַט, ביז די מגפֿה האָט אָנגעשטעקט די וועלט, אַפֿילו קינדער אין די וויגן.

און איך רעד שוין נישט פֿון אונדזער אַמאָליקן מיסטער פֿאָרד מיט זײַן אויטאָמאָביל־אינדוסטריע, וועלכער האָט פֿאַרשפּרייט אין זײַנע גאַזעטן די „פּראָטאָקאָלן…‟, צי דעם ענגלישן קיסר עדוואַרד, וועלכער האָט געשלאָסן יד־אחת מיט היטלערן, צי דעם ערשטן פֿליִער איבערן אַטלאַנטיק, לינדבערג, וועלכער האָט געהאַלטן פֿון היטלערן, און אַפֿילו נישט אונדזער אייגענעם „סטייט דעפּאַרטמענט‟.

און לאָמיר זיך נישט נאַרן, ליבע פֿרײַנד, מען זאָגט „נאַציס‟, ווי זיי וואָלטן עפּעס געווען אַ פֿרעמדער אָדער, אָבער אין דער אמתן זײַנען זיי פֿאָרט געווען סאַמאָראָדנע דײַטשן, וואָס האָבן זיך געשטעלט אין די רײען, גרייט אויסצוראָטן אַ גאַנץ פֿאָלק, וואָס איז געווען גאָט די נשמה שולדיק.

און איצט ווערט געיוירן דער אַנטיסעמיטיזם ווי אויף הייוון, דער עיקר — צווישן די אַראַבער; בײַ זיי קאָכט די יוכע קעגן אונדז מיט אַזאַ רוגזה, וואָס פֿליט מיט דער שנעלקייט פֿון אַ ראַקעט, זייער לאָזונג איז אָפּצוּווישן ישׂראל פֿון דער מאַפּע און אַרײַנשיבן אונדז אין ים.

און ס’העלפֿט אונדז ווי אַ טויטן באַנקעס דער פֿאַקט, וואָס די וועלט האָט זיך שוין דערוווּסט וועגן דער איסלאַמישער באַהאַנדלונג פֿון פֿרויען, פֿון עטנישע מינאָריטעטן, די אויסראָטונג פֿון די „קאָפּטן‟ אין עגיפּטן, קריסטן אין איראַק, ניגעריע, איראַן, די „באַהײַס‟ מיט די „סיכס‟. אָבער ווען עס קומט צו ייִדן, זײַנען זיי אַלע אייניק.

מיט איינעם פֿון די גרעסטע פֿאַרברעכנס קעגן ייִדן צײכנט זיך אויס די „יו־ען‟, און זינט זי איז געגרינדעט געוואָרן, גייט איר נישט אָן די אַראַביש־מוסולמענישע פֿאַרברעכנס, זי עקזיסטירט רק צוליב איר אַנטיסעמיטישן פֿליגל. זייער טעגלעכער סדר־היום איז געווידמעט דעם האַס קעגן ישׂראל.

די „בי־בי־בי‟ ראַדיאָ־אוידיציע האָט מיך ממש שאָקירט. איך וועל מוזן פּאַראַפֿראַזירן זייער געמויזעכץ:

„(…) און וואָס טוען די ייִדן? די ציוניסטן? ווי נאָר מע רירט זיי אָן, אַזוי זינגען זיי דיר אָפּ אַ סדרה ׳האָלאָקאָסט…׳ אין דער אמתן זײַנען ייִדן די אמתע טעראָריסטן, אָנהייבנדיק פֿון בעגינען און שרונען, מיט דער אַקציע אין לבֿנון, שוין אָפּגערעדט פֿון באַזעצן די שטחים אויף צו פֿאַרברײטערן די ייִדישע טעריטאָריע.

„אַז דאָס ישׂראלדיקע מיליטער הרגעט, זאָגן זיי, אומשולדיקע קינדער, פֿרויען און אַלטע־לײַט, איז די וועלט גלײַכגילטיק דערצו, און אַז מ’הרגעט אַוועק איין ישׂראלדיק מיידל, איז הימלען עפֿן זיך. די ייִדן טענהן, אַז מען האָט פֿאַרשניטן מיט איר טויט אַ גלענצנדיקע קאַריערע, זי האָט שטודירט יורי, אָדער מוזיק אָדער פֿיזיק, זאָגן זיי, זי האָט געקענט זײַן די קומעדיקע פּרעמירטע נאָבעליסטקע, יוריסטקע אָדער פּיאַניסטקע…‟

און אַזוי צעשפּרייט מען דעם פּאַשקוויל איבער די כוואַליעס, וואָס דערגייען פֿון איין עק וועלט צו דעם צווייטן, פֿראַנק־און־פֿרײַ, די וועלט זאָל זיך אָנזאַפּן מיט דעם גיפֿט…

אין די אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ די אַראַבער האָבן זיך באַזעצט, איז די באַפֿעלקערונג פֿון לאַנד ממש פּאַראַליזירט פֿון מורא, פּחד און שרעק. אין אָנהייב האָב איך געטראַכט, אַז די זעלבע אייראָפּע, וואָס האָט געשלאָסן יד־אחת מיט היטלערן, און געהאָלפֿן פֿאַרטיליקן די ייִדן, צאָלט הײַנט רבי־געלט.

דעם אמת געזאָגט איבט אויס די הריגה און רצח איר מאַכט סײַ אין דעם באַשאַפֿן אַ קאַטאַסטראָפֿע און סײַ אינעם לאָזן זיך וווילגיין נאָך אַ קאַטאַסטראָפֿע. אַזוי איז געווען אין צײַט פֿון היטלערן — אַלע האָבן געציטערט פֿאַרן רוצח — און אַזוי גייט עס אָן עד־היום.