ניט אַהין און ניט אַהער

Neither Here Nor There


פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published November 02, 2014, issue of November 21, 2014.

די לעצטע פּאָר חדשים האָט עפּעס אַן אומקלאָר געפֿיל ניט געלאָזט מיך צו רו, - אַן אומרויִקער פֿױגל אין מוח האָט מיר כּסדר געזונגען דעם זעלבן פּיזמון, - זײַ נישט פֿױל, שטײ אױף און קוק איבער אײַזיק ראַבאָיס בוך “מײַן לעבן”… װאָס פּלוצעם, האָב איך געטענהט צום פֿױגל, כ’האָב עס שױן געלײענט מיט פֿינף יאָר צוריק, מע קען עס רעקאָמענדירן די קראַנקע אַנשטאָט די שלאָפֿפּילן…

“זײַ ניט קײן עקשן”… נאָר איך האָב ניט געפֿאָלגט דעם נודנעם פֿױגל, און דאַן האָט ער אױף מיר רחמנות געהאַט און בעת אײנער אַ שײנער נאַכט אונטערגעזאָגט דורך אַ חלום, װאָס האָט ער געהאַט אין זינען.

בקיצור, אין אײנעם פֿון די לעצטע קאַפּיטלעך פֿון זײַן בוך באַשרײַבט אײַזיק ראַבאָי אַ מאָדנע לאַגע, װעלכע האָט זיך געשאַפֿן אין זײער גרױסער ניו־יאָרקער משפּחה גלײַך נאָכן ערשטן װעלטקריג, דהײַנו, - אײַזיקס פֿאָטער, אַ טאַטע פֿון אַ מנין בחורים און מאַנסלײַט, האָט באַשלאָסן עולה צו זײַן קײן ארץ־ישׂראל. דעם פֿאָטערס “װילדער” באַשלאָס האָט אַװעקגעלײגט די מאַמע אין אַ קראַנקנבעט, און די גאַנצע משפּחה האָט פֿעסט באַשלאָסן, אַז דער טאַטע איז אַראָפּ פֿון זינען, - ער איז קראַנק, משוגע… װאָס הײסט?… צו פֿאַרלאָזן דעם אַמעריקאַנער “גן־עדן” און עולה זײַן דער רוח װײסט װוּהין?… נײן, מע דאַרף זײַן גוט משוגע, פֿאַרטשאַדעט… און אַזױ װײַטער, אין דעם זעלבן נוסח, ביזן טראַגישן סוף. איך געדענק שױן ניט גענױ װער, נאָר עמעצער פֿון די עלטערן, דער “משוגענער” פֿאָטער אָדער די קלוגע מוטער, איז פֿון די האַרץ־גריזענישן, ניט פֿאַר קײנעם געדאַכט, געשטאָרבן.

… און איך האָב פֿאַרשטאַנען דעם פֿױגלס רמז, - צװײ טעג נאָך שׂימחת־תּורה איז געװאָרן פֿינף און צװאַנציק יאָר נאָך דעם װי איך בין דע־פֿאַקטאָ עולה געװען קײן ישׂראל. מילא, צעשמײכלט זיך דער פֿױגל, אױך מיר אַ חידוש, - אַריבער מיליאָן ייִדן זײַנען אין יענער תּקופֿה עולה געװען קײן ישׂראל. יאָ, אָבער ניט אַלע זײַנען אַזױ הױך געזעסן און אַזױ נידעריק געפֿאַלן… װאָס האָב איך דערגרײכט פֿאַר די פּאָר צענדליק יאָרן שװערער האָרעװאַניע? אַ טעלער װאַסערדיקע זופּ אין אַ גאָרקיך פֿאַר די נעבעכדיקע לומפּן?… ביסט אַלײן שולדיק, װײַל די װעלט איז ניט קײן טעאַטער און דאָס לעבן איז ניט קײן שפּיל, און אַ קלוגער מענטש שפּילט זיך ניט מיטן לעבן…

מע קען נאָך לאַנג איבערדערצײלן די אין־סופֿיקע קריגערישע דיאַלאָגן צװישן מײַן געװיסן און זכּרון, נאָר דער עיקר איז, אַז הײַנט האָב איך אַ גרױסן ספֿק, צי כ’האָב בכלל געהאַט דאָס רעכט צו אָרגאַניזירן, צוגרײטן און ברענגען קײן ישׂראל אַ גוטע פּאָר טױזנט װױלע ייִדן.

קפֿיצת־הדרך אין עבֿר איז ניט לײַכטער פֿונעם קפֿיצת־הדרך אין דער צוקונפֿט, באַזונדערס װען עס האַנדלט זיך װעגן אַ גילגול פֿון אַ כּלי־שבֿור, װעגן בני־ישׂראל. און װען אַ גאַנץ פֿאָלק װערט פּלוצעם אַ “צעבראָכענע כּלי”, איז דאָס בכלל אַ פּוסטע מעשׂה צו זוכן כּללים און האָפֿן אָדער גלײבן אין פֿרײלעכע אָדער ליכטיקע נבֿואות־געדאַנקען פֿאַרן עתיד. אײגנטלעך, כּמעט אַלע נבֿואות זײַנען פֿאַרבונדן מיטן חורבן פֿון דער אָדער אַנדערער מלוכה, פֿון דעם אָדער אַנדער פֿאָלק. די “גרױסע” נבֿיאים פֿלעגן אָנקראַקען גרױסע צרות, און די “קלײנע” נבֿיאים – די מיטלמעסיקע צרות. די פֿעלקער האָבן זיך קײן מאָל ניט גענײטיקט אין אַ “נבֿואישער װיזיע”, כּדי תּשובֿה טאָן, אָדער אָפּקילן זײערע אַכזריותדיק־װילדע כּװנות און טאַטן. אױך מיט אַ “נבֿואישער װיזיע” אין די הערצער קענען זײ גאַנץ שײן “פֿאַרװילדערט” װערן.

דעם בידנעם ישעיהו הנבֿיא האָט מען דאָך זײער “פֿאָרזיכטיק און ליבלעך” צעזעגט אויף צװײען, און טאַקע אַ סך שפּעטער נאָכן ברענגען דעם פֿאָלק־ישׂראל זײַן נבֿואישע װיזיע. איך שטעל זיך פֿאָר, װאָס פֿאַר אַ מעשׂה װאָלט מיט זיך אָפּגעטאָן דער יונגער װױלהאַרציקער יהושע בן־יוסף פֿון בית־לחם, װען ער װאָלט געװוּסט פֿון פֿריִער, אַז לטובֿת זײַן “הײליקן” נאָמען װעלן די גױם אױסקױלען צענדליקער מיליאָנען פֿון זײַנע ברידער און שװעסטער.

אַ שאָד, וואָס ער האָט ניט געטאָן אַ קלײנעם קפֿיצת־הדרך און ניט געשטאַנען לעבן די “פֿרײַנדלעכע” אינקװיזיציע־שײַטערס, און ניט באַזוכט די “פּרעכטיקע קאַצעט־קוראָרטן” אין אײראָפּע. אַ שאָד, ישו הנוצרי, פּשוט אַ שאָד. אַפֿילו די סאַמע אָפּטימיסטישע און שׂימחותדיקע נבֿיאות זײַנען געװען און געבליבן ניט מער װי אַ שײנער חלום פֿון די װױלע בעלי־דמיון, אָדער בײזע משוגעים. די גרעסטע חכמים און די שטאַרקסטע דיקטאַטאָרן אױף דער װעלט האָבן ניט געקענט, קענען ניט און, ס’דאַכט זיך, װעלן קײן מאָל ניט קענען אױסמײַדן אַן אײנציקע ביטערע טרער פֿון אַ קינד, װאָס אין דער זעלבער מאָס איז גרייט אָנצונעמען סײַ דעם פֿאַרשטעלטן אמת און סײַ דעם אַנטפּלעקטן שקר, סײַ די װירקלעכקײט און סײַ דעם טרױם. איך פֿאַרשטײ, אַז מע קען זיך אײַנרעדן אַ קינד אין בױך, אָבער… נו, מילא… איז װאָס טױגן אונדז די אַלע נבֿיאות?.. זאָל איך אַזױ װיסן פֿון אונדזערע צרות.

װען איך פֿאַרמאַך די אױגן און קוק זיך אײַן אין ישעיהוס נבֿואה װעגן דער פּאַטאַלאָגישער פֿרײַנדשאַפֿט פֿון די רױב־חיות און די אױסגעפּעשטשעטע לעמעלעך, שעפּסן און פֿעטע בהמות בראָש מיט אַ “קלײן ייִנגל װאָס פֿירט זײ”… נאָר דעמאָלט הײב איך אָן צו פֿאַרשטײן, אַז אַחוץ דער נאַרישער מעלה־גירהטע, דער פֿעטער בהמה, זײַנען די אַלע “גוטע און שלעכטע” חיות נאָר װאָס געבױרן געװאָרן, זײ אַלע זײַנען לעת־עתּה ניט מער װי די בלינדע קעצעלעך. און אױב ניט? אױב ניט, טאָ דאַן האָב איך מורא, אַז דאָס ייִנגל פֿירט זײ אַלע אין אַ חלום־לאַנד אָדער צו אַ שחיטה. גײ װײס… און אױב ניט דאָס און ניט יענץ, איז בלײַבט נאָר, אַז ישעיהו האָט געזען די דאָזיקע נבֿואישע װיזיע, װען ער אַלײן איז געװען אַ פּיצל קינד. ניט אומזיסט דאָך שטײט געשריבן - “בײַ אַ קינד איז די נבֿואה אין מױל”.

יעדער אײנער טראָגט זײַן פּעקל. דאָס װײסן אַלע. אָבער װען איך פּרוביר איבערצודרײען דאָס רעדל און װידער שטעל זיך אױפֿן אָרט פֿון אַ חסר־אונימדיקן ייִד פֿון יענער תּקופֿה, פֿון דער מוראװדיקער צעפֿאַלונג פֿון דער גרױסער סאָװעטישער אימפּעריע… װאָס זע איך? כ’זע אַ ייִדן, װאָס באָמבלט זיך, נעבעך, צװישן דער רעאַליטעט אין אַ סאָװעטישן געטאָ, און אַ נבֿואישער װיזיע װעגן גליקלעכן צוזאַמענלעבן אין אײן שטײַג מיט װעלף און לײבן. די אײנציקע זאַך װאָס איך קען זאָגן בגילוי־לבֿ איז, אַז איך בין ניט מקנא ניט יענעם ייִדן און ניט זיך אַלײן.

נײן, רבותי, איך בין “פּאַס”, מײַנע נערװן האַלטן ניט אױס די קפֿיצות־הדרך, ניט אין דעם עבֿר און ניט אין דער צוקונפֿט. זײַט מיר מוחל, כ’װעל בעסער זיצן אין מײַן צימערל און “דעגוסטירן” די װיזיעס פֿון די “פּוסטע מעשׂיות”… איר װײסט דאָך, װאָס עס שטײט געשריבן אין “בבא מציעא”: “אסתירא בלגינא “קיש, קיש” קריא, אַ מטבע אין אַ לײדיקער כּלי מאַכט אַ גרױסן רעש”. דער דאָזיקער “קיש, קיש” קלינגט מיר באַזונדער שײן, אַרכאַיִש… און פֿון דער צװײטער זײַט, אַז איך דערמאָן זיך, אַז מיט דעם דאָזיקן “קיש, קיש” פֿלעגט מען בײַ אונדז אין גלות טרײַבן חזירים… אָ, גאָטעניו… װוּ איז די גמרא און װוּ איז דער גלות… בקיצור, אַזױ איז דאָס מיט די װערטער, - זה נהנה וזה לא חסר, אי דער האָט נוצן און דער אַנדערער פֿאַרלירט גאָרניט, ס’הײסט, סײַ דער גלות װעט ניט נעלם װערן און סײַ דער חזיר װעט זיך װײַטער װאַלגערן אין דער בלאָטע. אָבער, אַז מע רעדט שױן גאָר ערנסט, טאָ הײַנט, אין פֿינף און צװאַנציק יאָר נאָך עולה זײַן קײן ישׂראל, פֿאַרשטײ איך, אַז דאָס לעבן צװישן די ייִדן אין אַן אײגן לאַנד איז גאָר ניט לײַכטער פֿונעם לעבן אין גלות, װײַל אומעטום לעבן דאָך מענטשן, פּשוטע בשׂר־ודמס מיט זײערע מעלות און חסרונות, און דער עיקר איז – דאָס שטילע געפֿיל פֿון גליק צו זײַן בײַ זיך, אין אַ װאַרעם שטיבעלע.