לייבו לעווין — אַ פֿלייט, אַ פֿידל, אַן אָרגל...

Leibu Levin – A Flute, A Violin and an Organ

לייבו לעווין
לייבו לעווין

פֿון משה לעמסטער

Published November 07, 2014, issue of November 21, 2014.

מע האָט געפֿרעגט בײַ אַ פֿלייט: „וויאַזוי באַציסטו זיך צו מוזיק?‟ — האָט אויסגעבלאָזן די פֿלייט: „אַ נאַרישע פֿראַגע, איך בין דאָס קול פֿון מוזיק!‟

מע האָט געפֿרעגט בײַ אַ פֿידל: „וויאַזוי באַציסטו זיך צו מוזיק?‟ — האָט אויסגעזונגען דאָס פֿידל: „אַ נאַרישע פֿראַגע, איך בין דאָס קול פֿון מוזיק!‟

מע האָט געפֿרעגט בײַ אַן אָרגל: „וויאַזוי באַציסטו זיך צו מוזיק?‟ — האָט אויסגעשפּילט דער אָרגל: „אַ נאַרישע פֿראַגע, איך בין דאָס קול פֿון מוזיק!…‟

ווען מע פֿרעגט לייבו לעווין: „וויאַזוי באַציסטו זיך צו ייִדיש?” — וואָלט ער געקאָנט און געמעגט ענטפֿערן: „אַ נאַרישע פֿראַגע, איך בין דאָס קול פֿון ייִדיש…‟

יאָ, לייבו לעווין — דער רעציטאַטאָר, קאָמפּאָזיטאָר, פּאָעט, מענטש פֿון וואָרט און ניגון, וואָרטקינסטלער איז גלײַך ווי אַליין געווען אַן אינסטרומענט, וועלכן די נאַטור האָט באַשאַפֿן אויף אויסצוזינגען די ייִדישע דיכטונג, די פֿערזן פֿון אונדזערע גרויסע, באַדײַטנדיקע פּאָעטן. ער, לייבו לעווין, איז אין דער זעלבער צײַט געווען אי אַ פֿלייט, אי אַ פֿידל, אי אַן אָרגל…

געבוירן געוואָרן איז לעווין מיט 100 יאָר צוריק אין בוקאָווינע. דאָרט, וווּ עס הייכן זיך די קאַרפּאַטן־בערג, האָט ער פֿון קינדווײַז אָן, אײַנגעזאַַפּט אין זיך די ניגונים פֿון די באָיאַנער חסידים — זײַן טאַטע איז געווען אַ חסיד פֿונעם באָיאַנער רבי; די ניגונים פֿון די אוקראַיִנישע פֿאָלקסלידער, פֿון די קאַרפּאַטן־בערג, פֿון די גרינע וועלדער אויף די באַרגנייגן, פֿון די גראָזן און פֿילקאָלירטע פֿעלדבלימלעך אויף די לאָנקעס. ער האָט געהאַט אַ טאַלאַנט ניט נאָר צו הערן דעם ניגון פֿון אַ בוים אין וואַלד, פֿון אַ בלימל אין פֿעלד; ער האָט געקאָנט הערן דעם אינערלעכן ניגון פֿון אַ פֿערז, פֿון אַ באַלאַדע, פֿון אַ סאָנעט…

וואָס מיינט אמתע פּאָעזיע? דאָס זענען פּאָעטישע שאַפֿונגען, וועלכע פֿאַרמאָגן אין זיך מוזיק. אין דער מוזיק שפּיגלט זיך אָפּ דעם דיכטערס זינגענדיקע, לײַדנדיקע פֿאַרחלומטע נשמה. מאַנגערס ליד קלינגט ווי אַ קרישטאָלענער כּוס. און נעמסט אַ ליד פֿון אַן אַנדערן פּאָעט, איז זי ווי אַ ליימענע כּלי, בלויז טויבע קלאַנגען, אָן האַרץ און אָן געפֿיל. לייבו לעווין איז געווען אַ מבֿין אויף דיכטונג. ער האָט געפֿילט און געהערט דעם ניגון פֿון אַ „קרישטאָלענעם כּוס‟, און דעם טויבן קלאַנג פֿון אַ „ליימענער כּלי‟.

ער האָט אָנגעהויבן זײַנע רעציטאַציעס אין 1935 אין טשערנאָוויץ, אין דער עלטער 21 יאָר, וואָס האָבן תּיכּף צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון דער צײַטונג „טשערנאָוויצער בלעטער‟, וווּ דער רעדאַקטאָר הערש סעגאַל האָט אָנגעשריבן אַ באַגײַסטערטע רעצענזיע. לעווין האָט געלייענט שטיינבאַרגס משלים און די לידער פֿון פּרצן, מאַנגער, נאַדיר. ער טרעט אויף אין די רומענישע שטעט און שטעטלעך: בוקאַרעשט, סיגעט, ראַדעוויץ, נאָוואָסעליץ, יעדינעץ, בעלץ, וויזשניץ, קאַלאַראַש…

לייבו לעווין האָט ניט בלויז געלייענט די פּאָעטישע שאַפֿונגען ווי אַ רעציטאַטאָר, נאָר אויך זיי אויסגעשפּילט, ווי אַן אַקטיאָר, און דאָס וויכטיקסטע איז, וואָס אַ סך פֿערזן האָט ער געלייענט מיט אַ ניגון, און די ניגונים האָט ער אַליין געשאַפֿן ווי אַ קאָמפּאָזיטאָר. ער האָט ניט רעציטירט מאַנגערן, רייזענען, האַלפּערן… ער האָט אויסגעזונגען זייערע שאַפֿונגען. די שורות פֿון אַ ליד זענען געווען פֿאַר לייבו לעווין ווי נאָטן. דאָס וואָרט און דער ניגון האָבן אים געהאָלפֿן אין דער פֿולער מאָס, אויף אַן עמאָציאָנעלן ניוואָ דערטראָגן צום צוהערער דעם אינהאַלט פֿון די פּאָעטישע ווערק, אַנטפּלעקן פֿאַר זיי, פֿאַר די צוהערער, די אוצרות פֿון דעם דיכטערס נשמה. אין דעם זינען איז לייבו לעווין געווען אַ יורש פֿון די בראָדער־זינגער, פֿון וועלוול זבאַרזשער.

ווען איך האָב צום ערשטן מאָל געהערט פֿון אַ ראַדיאָ־אוידיציע לייבו לעווינס זינגען, האָט זיך מיר אויסגעוויזן, אַז זײַן מאַניר איז ענלעך אויף דער מאַניר פֿון די באַוווּסטע רוסישע זינגער: אַלעקסאַנדר ווערטינסקי און פּיאָטר לעשטשענקאָ; ניט נאָר דערפֿאַר וואָס אַלע דרײַ האָבן אין פֿאַרשיידענע צײַטן געוווינט אין רומעניע, אַרויסגעטראָטן דאָ מיט זייערע קאָנצערטן. איך מיין, אַז יעדער תּקופֿה האָט זיך אויך איר מוזיק, און די מוזיק פֿון דער פֿאַרמלחמהדיקער תּקופֿה איז אַרײַנגעדרונגען אין די שאַפֿונגען פֿון די פּאָעטן און קאָמפּאָזיטאָרן. דערפֿאַר איז דאָ אַ געוויסע ענלעכקייט צווישן די זינגער פֿון יענער צײַט.

אין 1941 האָט זיך אָנגעהויבן אַן אַנדער תּקופֿה מיט אַן אַנדער מוזיק. לייבו לעווין איז געווען מאָביליזירט אין אַן אַרבעטער־באַטאַליאָן פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי, און אין יאָר 1942 האָט מען אים אַרעסטירט און פֿאַרמישפּט צו 15 יאָר סטאַלין־לאַגערן, באַשולדיקנדיק אים אין שפּיאָנאַזש לטובֿת רומעניע. ער האָט זיך אָפּגעמאַטערט אין די סיבירער לאַגערן ניט אַ יאָר, ניט 5 יאָר, נאָר גאַנצע 14 יאָר! ווי ער האָט געשריבן אין זײַנעם אַ לאַגער־ליד: /דאָ האַקט מען דעם וואַלד/ און מיר זענען בלויז שפּענער…/

דאָך, האָט ער אַלץ אויסגעהאַלטן, און איז געבליבן לעבן! פֿון וואַנעט האָט לעווין געשעפּט כּוחות? עס האָט אים געראַטעוועט, מיין איך, די ייִדישע דיכטונג… ווען ס’איז אים געווען ביטער אויפֿן האַרצן פֿון דעם לאַגער־לעבן, פֿלעג ער ווערן אַ „פֿלייט‟ און אויסבלאָזן איציק מאַנגערס:

בלײַב איך טרויעריק שטיין
מיט שטילע פֿאַרבראָכענע הענט
און איידער כ’האָב צײַט צו וויינען,
איז שוין דאָס ליד צו ענד.

און עס האָבן זיך פֿאַרהיילט לייבו לעווינס וווּנדן אויף זײַן לײַב. צי אָט ווערט ער אַ „פֿידל‟ און זינגט אויס אַבֿרהם רייזענס:

ווען די גאַנצע וועלט וואָלט לײַדן,
מיר אַליין זאָל גוט זײַן בלויז,
וואָלט איך דאַן די וועלט די גאַנצע
אײַנגעלאַדן אין מײַן הויז…

און עס גלײַכן זיך אויס די קנייטשן אויף לייבו לעווינס שטערן. און אָט ווערט ער אַן „אָרגל‟ און שפּילט אויס ה. לייוויקס:

ערגעץ ווײַט, ערגעץ ווײַט
ליגט דאָס לאַנד דאָס פֿאַרבאָטענע,
זילבעריק בלאָען די בערג
נאָך פֿון קיינעם באַטראָטענע…
און עס לעבט אויף לייבו לעווינס נשמה…

אין 1956 באַפֿרײַט מען אים פֿונעם לאַגער. ער באַזעצט זיך אין מאָסקווע. אין זײַן רעפּערטואַר שליסט ער אַרײַן די ייִדישע סאָוועטישע דיכטונג מיט איר מוזיק: אָשר שוואַרצמאַן, שמואל האַלקין, משה טייף…

אין 1972 איז לייבו לעווין עולה געווען…

אַלעקסאַנדר ווערטינסקין, ווען ער האָט זיך אומגעקערט קיין רוסלאַנד, האָט די סאָוועטישע מאַכט אים פֿאַרווערט אַרויסצוטרעטן מיט קאָנצערטן. דאָך, איצט איז אין מאָסקווע דאָ אַ מוזיי אויף זײַן נאָמען. פּיאָטר לעשטשענקאָ איז געשטאָרבן 1954, אין אַ רומענישער טורמע. מע האָט אים באַשולדיקט, אַז ער איז אַ סאָוועטישער שפּיאָן. איצט איז דאָ אין קעשענעוו אַ גאַס אויף זײַן נאָמען. אָבער וווּ איז דאָס לאַנד, וווּ מע וועט כאָטש אַ געסעלע, כאָטש אַ ליקעלע געבן דעם נאָמען — לייבו לעווין? ווי ער האָט אַליין געשריבן אין אַ ליד זײַנער:

וועמען וועסטו זינגען, וועמען,
אַז מע וויל נישט הערן?…
סײַדן, נעם הייב אויף דעם קאָפּ
און זינג דיר צו די שטערן…

איז לאָמיר באַשאַפֿן אין אונדזערע הערצער אַ גאַס אויף לייבו לעווינס נאָמען. זאָלן קלינגען אויף דער דאָזיקער גאַס זײַנע געזאַנגען, זײַנע מוזיקאַלישע רעציטאַציעס, וואָס וועלן זײַן ווי אַן עכאָ פֿונעם אַמאָליקן, פֿאַרמלחמהדיקן פֿולבלוטיקן ייִדיש־קולטורעלן לעבן.