הינטער די קוליסן...

Backstage with the Yiddish Theater

אַ סצענע פֿון דער מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג „אָדעסער געשיכטעס‟, אינעם ייִדישן טעאַטער אויף דאָרע וואַסערמאַנס נאָמען בײַם סעגאַל־צענטער אין מאָנטרעאָל
אַ סצענע פֿון דער מוזיקאַלישער פֿאָרשטעלונג „אָדעסער געשיכטעס‟, אינעם ייִדישן טעאַטער אויף דאָרע וואַסערמאַנס נאָמען בײַם סעגאַל־צענטער אין מאָנטרעאָל

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published November 07, 2014, issue of November 21, 2014.

ס’האָט זיך גאָרנישט געביטן אויף דער ייִדישער גאַס אין אַמעריקע, נעמלעך, דער ייִדישער טעאַטער האָט דאָ אויפֿגעבליט און איז פֿאַרוויאַנעט געוואָרן.

נאָך אין 1808 האָט דער אַמעריקאַנער טעאַטער־קריטיקער לעאָ ווינער פֿאָרויסגעזאָגט, אַז אין „צען יאָר אַרום וועט ייִדיש זײַן טויט!‟ אין 1901 האָבן די ייִדישע קריטיקער אויך אין אַמעריקע דערקלערט: „דאָס ייִדישע טעאַטער איז געבויט אויף דרײַ זאַכן: אויפֿן עם־הארצות פֿון די דראַמאַטורגן! אויפֿן עם־הארצות פֿון די אַקטיאָרן! און אויפֿן עם־הארצות פֿון די צושויער!‟

די דאָזיקע רייד פֿון דעם אַמאָליקן קריטיקער זײַנען, צום באַדויערן, מקיים געוואָרן.

אסתר־רחל קאַמינסקאַ, די ערשטע דאַמע און די מוטער פֿון ייִדישן טעאַטער האָט נאָך אין יאָר 1892, זײַענדיק אין פּוילן, פֿאָרויסגעזאָגט: „ייִדיש טעאַטער איז טויט און אין צען אָדער אין צוואַנציק יאָר אַרום וועט עס שוין מער נישט עקזיסטירן.‟

דער אמת איז, אַז אירע רייד זײַנען נישט מקוים געוואָרן, דער ייִדישער טעאַטער אין ניו־יאָרק, פֿילאַדעלפֿיע, שיקאַגע און לאָס־אַנדזשעלעס האָט זיך ערשט צעבליט נאָכן אָנקום פֿון דרײַ מיליאָן ייִדן, וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן אין 1881 פֿון די רוסישע פּאָגראָמען, דעם צאַרס מיליטער־דינסט און פֿונעם ייִדן־האַס.

געקומען אַהער איז ס’רוב פּראָסט פֿאָלק פֿון די שטעטלעך און ייִשובֿים, אַ סך פֿון זיי —פֿאַרגרעבט, אומגעבילדעט און אומגעהובליעוועט. זיי זײַנען אָבער געווען אויסגעהונגערט נאָכן ייִדישן וואָרט, זײַנען זיי געווען צוגעפֿלאָסן צום ייִדישן טעאַטער. דערציילט מען פֿון אַזאַ פֿאַרגרעבטן פּאַרשוין, וואָס איז אַמאָל צוגעקומען צו דער קאַסע, אַ פֿראַנט מיט אַ פֿאַרשפּיצטן קאַפּעליוש און האָט ווויליונגעריש אַ פֿרעג געטאָן:

„וואָס שפּילט מען הײַנט, צום לאַכן אָדער צום וויינען?‟

האָט אים דער קאַסירער געענטפֿערט:

„צום לאַכן! איר וועט הײַנט צעטראַסקעט ווערן פֿון געלעכטער, איר וועט זיך האַלטן בײַ די זײַטן, צעט (איר וועט) צעפּענקערט ווערן, צעשאָסן ווערן פֿון כאָכאָטשען, זאָמיר (אַזוי לאָמיר) אַזוי ביידע לעבן און געזונט זײַן!‟

דער פֿראַנט האָט זיך אײַנגעפֿונדעוועט אַ בילעט, אַרײַן אין טעאַטער און אָפּגעכראָפּעט די גאַנצע פּיעסע. בײַם אַרויסגיין איז דער יאַט צוגעקומען צו דער קאַסע, אָנגענומען דעם קאַסירער בײַם האַלדז און אַרויסגעשיפּעט צווישן די ציין:

„דו קודלעוואַטער פֿראַמפּאָל! אַ בראַנד פֿײַער אין דײַנע אינטעליגענטע לעפֿצן. יאַך בין אַ בלאַטער יאָלד און כאָמעך אַוועקגעזעצט אין אַ פֿינצטערער בודע פֿאַר מײַנע פּאָר זלאָטעס, אַז אויסגעריבן זאָלן דיר ווערן די הויזן פֿון שבֿעה זיצן… האָסט מיר צוגעזאָגט, אַז יאַך וועל צעטראַסקעט ווערן פֿאַר געלעכטער, בין יאַך אין דרינען אָפּגעשלאָפֿן די גאַנצע צײַט און אפֿילו נישט געגעבן קײַן שמײכל… אַ רוח אין דײַן געפּגרטער שטיפֿמאַמען אַרײַן, יאַך כאָ דאָך געגענעצט אויף אַלע כּלים, געמע (גיב מיר) צריק דוס געלט, אַנישט מאַך יאַך פֿון דיע קרעפּל־פֿלײַש!‟

האָט זיך דער קאַסירער פֿאַרענטפֿערט:

„דאָס איז דאָך מאָליערס איינס פֿון די בעסטע קאָמעדיעס, דער גרויסער מאָליער האָט עס געשריבן מיט דרײַ הונדערט יאָר צוריק…‟

„אַזוי גוע (גאָר)‟, האָט דער יאַט געווילדעוועט, „אַ מאָליער דיר אין די קישקעס. מיט דרײַ הונדערט יאָר צוריק זײַנען אפֿשר געווען יאָלדן, אָבער נישט הײַנט…‟

זינט דאַן האָט זיך דאָס ייִדישע טעאַטער געשפּאָלטן אויף קונסט און שונד. שונד איז געווען זייער פּאָפּולער, וווּ מען האָט געשפּילט אַזעלכע פּיעסעס ווי: „דער לאָקשנפֿרעסער‟, „די קאָמישע חתונה‟, „די ייִדישע שיקסע‟, „כינקע־פּינקע‟, און „מישקע־מאָשקע‟.

אין שיקאַגע, ווען מען האָט געשפּילט אַנ־סקיס „דיבוק‟, האָט זיך אַזוי געמאַכט, אַז אַקטיאָרן פֿלעגן פֿאַרגעסן זייער עבֿרי אויף דער בינע און אַרויסשטאַמלען, וואָס ס’איז זיי געקומען אין זינען. די בית־עולם סצענע, בײַ דער חתונה פֿון טויטן חנן און דער נאָך לעבעדיקער לאה, ווען אַלע מחותּנים זײַנען שוין געווען פֿאַרזאַמלט מיט ברענענדיקע ליכט, האָט דער משולח געדאַרפֿט אויסרופֿן — „אין דער כּלה איז אַרײַן אַ דיבוק!‟ האָט ער אַנשטאָט דעם ארויסגעשטאַמלט: „אין דער כּלה איז אַרײַן אַ ליכטל!‟

דער קונסט־טעאַטער האָט זיך גענומען צום רובֿ פֿון שעקספּירס ווערק. איזידאָר זאַלאַטאָראָווסקי האָט פֿון „האַמלעט‟ געמאַכט אַ קאָמעדיע, זײַן פּרינץ פֿון דענעמאַרק האָט ער פֿאַרוואַנדלט אין אַ ישיבֿה־בחור. ווער האָט דאָס אין יענע צײַטן נישט געשפּילט שעקספּירן? שילדקרויט, אַדלער, קעסלער, טאָמאַשעווסקי, שוואַרץ, אָבער זייער שעקספּיר איז געווען לעגיטים, אָן קונצן פֿון די הינטערקוליסן.

דוד קעסלער איז נישט בלויז געווען אַן אויסגעצײכנטער אַקטיאָר, נאָר אויך אַן ערשטקלאַסישער רעזשיסאָר. ער האָט פֿאַרהערט די יונגע חבֿרה אַקטיאָרן, וואָס האָבן זיך געריסן צו דער בינע.

איז געקומען אַמאָל צו אים אויף פּראָבע אַ יונג אַקטריסעלע, פֿול מיט ענטוזיאַזם און פֿלאַם־פֿײַער, און זי האָט גענומען רעציטירן פֿון שעקספּירס „מאַקבעט‟:

„דער מאָרגן און דער מאָרגן און דער מאָרגן,

שלײַכט זיך אַרײַן מיט דראָבנע טריט פֿון טאָג צו טאָג…‟

קעסלער ווערט אויפֿגעקאָכט:

„ניין! ניין! און נאָכאַמאָל ניין! איך הער זיך אַזוי צו ווי איר הרגעט דאָס אַוועק שעקספּירן אָן אַ מעסער! איצט נעמט זיך אין זינען, יונגע פֿרוי, אַז דאָ, פֿאַר דײַנע אויגן שטייען צען ליידיקע גלעזער! איינס לעבן אַנדערן! פּונקט אַזוי! אָט אָ דאָ! פּונקט אַנטקעגן אײַער נאָז! הייב איך אויף אַ לעפֿעלע און קלאַפּ אָן אין יעדן גלאָז באַזונדער, קלאַפּ! קלאַפּ! קלאַפּ! ביז מען הערט אַ קלאַנג, באַם! באַם! באַם! איר פֿאַרשטייט באַם! באַם! באַם? איז דאָס מוזיק? נו, זיכער נישט! קיין מאָל נישט! מוזיק איז עפּעס וואָס קלינגט: בים! באַם! באָם!

„איר פֿאַרשטייט? די אינטאָנאַציע, דער טאָן, דאָס איז די וויכטיקסטע זאַך אין טעאַטער. דאָס זעלבע קען מען אָנווענדן צו דער דראַמע. איר באַנעמט וואָס איך זאָג?‟

דאָס אַקטריסעלע ציטערט אַזש פֿאַר שרעק: „ניין!‟

„איצט שטעלט זיך פֿאָר אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, אַ בילד, אַ פּנים. נאָך אַלעמען, וואָס איז אַ פּנים? גאָרנישט! די וויכטיקע זאַך איז די נשמה. די נשמה פֿאַרמאָגט ליכט און שאָטן. אַ בלינדער אויף איין אויג זעט בלויז איין זײַט, אָדער דאָס ליכט אָדער דעם שאָטן, ווײַל איין אויג טויג נישט. דאָס זעלבע קען מען אויך זאָגן וועגן טעאַטער. דאָ קען מען נישט פּלאַפּלען, בעבען אָדער שטאַמלען. מען מוז זען ביידע זײַטן פֿון דער מטבע, הער זיך צו ווי עס דאַרף קלינגען:

„דאָס לעבן איז נישט מער ווי אַ פֿלינקער שאָטן,
אַ נעבעכדיקער שפּילער וואָס בלאָזט זיך אָן,
שוויצט אָפּ זײַן שעה אויף דער בינע און באַלד נישטאָ.
ס’איז אַ לעגענדע, פֿאַרפֿאַסט פֿון אַ מטורף,
פֿול מיט קלאַנג און צאָרן, וואָס באַצייכנט מיט זיך גאָרנישט!‟

„די צרה מיט אײַך, יונגע פֿרוי, איז וואָס איר קומט נישט אַרויף אויף דער בינע ווי אַ מענטש! איר מוזט דווקא אַרויספֿליִען פֿון אַ קוימען, אַ וואָלקן. איר פּלאַצט אַרויס מיטן גאַנצן פּולווער, וואָס איר פֿאַרמאָגט. איר זײַט נישט קיין אַקטריסע, איר זײַט אַ שטיק האָלץ, נישט מער ווי אַ קלאָץ מיט אויגן!‟

דאָס אַקטריסעלע האָט זיך אָנגעצונדן:

„אַ שטיק האָלץ, זאָגט איר? און וואָס זײַט איר, מיסטער קעסלער? אַ משוגענער הונט מיט אויערן! אַ שטיק פֿלייש מיט אויגן אויף צוויי פֿיס! אַ יאַשטשערקע מיט פֿיש־אויגן! איר רעדט ווי אַ שטיוול פֿול מיט בלאָטע!!!‟

דאָ האָט זיך קעסלער איבערגעוועקט:

„אָט דאָס זוך איך דאָך אין אַן אַקטריסע. גוט! גוט! מיר שפּילן שעקספּירן, וועסט ווערן איינע פֿון אונדז.‟